גרויס פארשריט טעגליך ביים נייעם בנין אין אומאן
יז כסלו תשע"ח 📝
גרויס פרייד הערשט ביי אנשי שלומינו הערנדיג ווי מען ריקט זיך יעדן טאג, מען בויט דעם בנין זייער געשיקט. ווי עס ווערט איבערגעגעבן איז גאר אסאך קאפ און מח אריינגעלייגט געווארן, אז דער בנין זאל זיין רחבות'דיג, לופטיג, פראקטיש און באקוועם.
וואו מ'האלט יעצט האט מען שוין ב"ה געענדיגט גיסן מי גשמים בורות, און די בור פאר די מקוה (וואס איז 10 ביי 16 פיס), אויך איז שוין אנגעקומען די גיגאנטישע 5,000 פונטיגע בוילערס - ספעציעל געברענגט פון פוילן, כדי עס זאל זיין גענוג ווארים וואסער בהרחבה צו ווארימען די גרויסע בור מקוה, די 12 שויערס פאר די מקוה און פאר די צימערן (יעדע שלאף צימער פון די אויבערשטע שטאקן וועלן בעז"ה האבן ווארים וואסער מיט א שויער), און פאר די ריזיגע קאך.
אין די אונטערשטע שטאק וועט בעז"ה געבויעט ווערן א ריינע גרויסע פריוואטע מקוה, א ריזיגע 2,000 סקווער פיסיגע קאך, און א גרויסע לאנטש רום.
די ארבעט גייט ווייטער אן אין פילן טעמפא. יעצט גיסט מען די זוילן פאר די ריזיגע היכל הבית המדרש (וואס גייט זיין איבער 5,000 סקווער פיס). מיר האפן צום אייבערשטן אז מיר וועלן שוין דאס יאר קענען באנייען דעם נייעם בנין.
יעצט האט איר די געלגענהייט אפצוקויפן זכותים פארן בנין, פון וואו עס וועט ארויסגיין א ליכטיגקייט פאר גאנץ אומאן און פאר די גאנצע וועלט. געט איבער אייער ברייט הארציגע נדבה צום ראש ישיבה.
עטליכע בילדער