אנשי שלומינו זענען פרייליך מיט די בשורה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט א שידוך געטון מיט זיין חשובע זון ני"ו, דער חתן איז הבחור החשוב שמעון ני"ו, אין די כלה תחי' איז די טאכטער פון מוה"ר אברהם משה שטראסער שליט"א, מנהל מוסדות היכל הקודש.
 
דער חתן איז פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, וואו ער האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן על התורה ועל העבודה. ער איז באליבט ביי אלע בחורים אין ישיבה מיט זיינע מדות טובות, ער איז באקאנט מיט זיין התמדת התורה, אויסער די שיעורי הישיבה האט ער זוכה געווען צו ענדיגן פאר זיך צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און נאך פילע שיעורים. ווי אויך איז ער א גרויסע מפיץ, וואס האט שוין פארשפרייט טויזנטער ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, און מקרב געווען פילע אידן צום אייבערשטן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. די כלה תחי' איז א תלמידה פון "בית פיגא", וואו זי איז באקאנט מיט אירע מדות טובות און יראת שמים.
 
אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די גאנצע וועלט בכלל, פרייען זיך מיט מיט די שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווי באקאנט פאר יעדן וויפיל דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אזויפיל ארויסגעהאלפן אידישע קינדער איבעראל מיט די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס ער געבט איבער די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, אויף די היינטיגע שפראך, אויפ'ן היינטיגן פארנעם, אז יעדער איד, אין סיי וועלכע מצב ער איז, זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, און זאל קענען זיין נאנט צום אייבערשטן.
 
זאל דער אייבערשטער העלפן דער ראש ישיבה און אלע מחותנים זאלן זען פיל אידיש נחת פון אלע קינדער, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים.
 
נעכטן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים-ווארט-תנאים בראשית פון די מחותנים און די חשובע זיידעס אין שטוב פונעם מחותן, ווי אנשי שלומינו קרובים און גוטע פריינט זענען אריבערגעקומען און האבן געווינטשן און זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחה.
 
 
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן