גרויס שמחה ביי אנשי שלומינו צום סיום מסכת נדרים על סדר הש"ס
א שבט תשפ"ג 📝
דער מדרש זאגט אז דער נאר קומט אריין אין בית המדרש און קוקט אין דעם ספרים שאנק און טראכט "איך וועל קיינמאל נישט קענען ענדיגן דאס אלעס, עס איז צופיל", אבער "א קלוגע מענטש זאגט, היינט קען איך לערנען איין בלאט, וועל איך דאס טון", און אזוי קומט ער אן אביסל אויף אמאל צו ענדיגן זייער אסאך.
יעדער איד טראכט צו זיך "הלואי קען איך ענדיגן ש"ס" אבער קודם קומט דער יצר הרע און מאכט דאס פאר א בארג "גאנץ ש"ס?!", אבער אפילו דער וואס שטארקט זיך דערויף און טראכט קלוג, און לערנט איין בלאט אויפאמאל, קומט דער סמ"ך מ"ם מיט א נייע טריק "דו מוזט אלעס פארשטיין, מ'קען נישט פלעין זאגן", און ווען ער קומט אן צו די שווערע בלעטער פון ש"ס, אדער ווען ער גייט דורך א שווערע צייט אין לעבן, מ'האט שמחות, טירדות, פאלט מען ארויס.
מוהרא"ש האט זייער וויי געטון אז מענטשן ווייסן נישט פון הייליגן רבין און פון דעם סדר דרך הלימוד וואס ער האט אוועק געשטעלט. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז דער שיחה אין שיחת הר"ן (סימן ע"ו) כי "אין צריכין בלימוד רק האמירה לבד", מוהרא"ש פלעגט זאגט "קענסט איבערטייטשן דעם שטיקל צו וועלכע שפראך דו ווילסט. דער רבי זאגט אז ביים לערנען דארפסט נישט מער פון זאגן די ווערטער, און דו וועסט עס שוין ממילא פארשטיין ביים צווייטן אדער דריטן מאל. און אויב דו וועסט עס דעמאלטס אויך נישט פארשטיין, שרייבט דער רבי דער לשון "מה בכך?", איז וואס? קוק נאך דער שיחה אינעווייניג.
יעצט איז מען זוכה אז דער באן פון ש"ס אויף וואס אנשי שלומינו זענען אינאיינעם ארויפגעשטיגן מיט דריי יאר צוריק אום טבת תש"פ קומט אן צו נאך א סטאנציע, מען ענדיגט ברוך השם דער לאנגער און שיינער מסכת נדרים, נאכן דורכגיין 1,117 טעג פון לערנען יעדן טאג א דף גמרא. אז מען מאכט א שנעלע חשבון האלט מען שוין ביי איבער פערציג פראצענט פון ש"ס דורכגעגאנגען אין די דריי יאר.
די שמחה איז זייער גרויס מיטן סיום פון נדרים. אנשי שלומינו וועלן פראווען א סיום אינדערהיים מיט די משפחה, ווי מען וועט זיך פרייען מיט די הייליגע תורה וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן, מען וועט דאנקען דעם אייבערשטן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, ער האט אונז אויסגעקליבן פון אלע פעלקער און אונז געגעבן זיין זיסע תורה.
די וואס האבן נאך נישט אנגעהויבן ש"ס, אדער זענען ארויסגעפאלן אינמיטן די וועג, נוצן אויס דעם געלגעגענהייט ביים התחלה פונעם שיינעם מסכת נזיר וואס מען הייבט אן מיטוואך, און פרישן זיך אויף און הייבן אן צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, וואס דאס איז א שמירה פארן מענטש, און איז מסוגל צו אלע גוטע ברכות. עס איז א שאד צו ווארטן נאך דריי א האלב יאר און אנהייבן ש"ס ווען מען הייבט אן פון ברכות, "אל תאמר כשאפנה אשנה שמה לא תפנה" וואס ווייסט א מענטש וואס וועט זיין מארגן. ענדערש הייבט מען אן יעצט נזיר, און זיי וועלן ענדיגן ש"ס אין זיבן א האלב יאר ארום ווען זיי וועלן ענדיגן מסכת נדרים.
כי הם חיינו ואורך ימינו