גרויסארטיגע סיום מסכת בבא קמא קומענדיגן ליל שישי
יט אדר א' תשפ"ד 📝
דעם ליל שישי כי תשא אינעם יומא דהילולא פונעם הייליגן רבין רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע וועט דער ראש ישיבה בעז"V פראווען א הערליכע סיום מסכת בבא קמא, אינאיינעם מיטן ליל שישי שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדע וואך פאר די אינגעלייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אין די לעצטע וואכן עטליכע מאל איבער דעם סיום ווען מען גרייט זיך צו ענדיגל איינע פון די שווערסטע מסכות הש"ס, און וואויל איז דער וואס כאפט זיך מיט דערמיט, און א שאד אויף די וואס קוקן צו ווי די באן פארט און פארן נישט מיט.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וויל ביי דעם סיום פון בבא קמא מאכן א גרויסע אסיפה פון אנשי שלומינו און זיך אויפפרישן מיט די הייליגע הנהגות פון היכל הקודש, היכל הקודש - זאגט דער ראש ישיבה - איז נישט אז עס שטייט אויפן סיין פון בית המדרש ווי דיין טלית און תפילין ליגט די ווערטער היכל הקודש, נאר יעדער תלמוד היכל הקודש מוז לערנען צום ווייניגסטענס איין בלאט גמרא יעדן טאג.
ביי איינע פון די שיעורים האט דער ראש ישיבה פארגעליינט דעם בריוו פון הייליגן רבי נתן זי"ע אין עלים לתרופה איבער די גרויסע התנגדות וואס איז דא קעגן ברסלב'ע חסידים, און ער שרייבט דארט אז איינעם פון די בחורים האט אים זיין טאטע ארויסגעווארפן פון שטוב, און וויל אים נישט צוריק נעמען אויסער אויב ער נעמט זיך אונטער אז ער גייט נישט לערנען מער פון איין בלאט גמרא א טאג, ווייל אויב לערנט מען אסאך בלעטער גמרא א טאג איז עס א סימן אז מען איז א ברסלב'ע חסיד, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז ווייניגסטענס מוזן מיר לערנען כאטש איין בלאט גמרא א טאג, ווייל מוהרא"ש האט געזאגט אז מען קען זיך נישט רופן א תלמוד היכל הקודש אויב מען לערנט נישט א בלאט גמרא יעדן טאג.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די גמרא קען יעדער לערנען אויף וועלכע וועג מען וויל, מיט א חברותא, ביי א שיעור, אבער אויב דו האסט נישט קיין חברותא און קיין שיעור, איז עס נאכנישט קיין תירוץ פאר א ברסלב'ע חסיד, ווייל דער רבי האט אונז געגעבן די שיינע מתנה פונעם דרך הלימוד, (שיחת הר"ן סימן ע"ו) און יעדער קען זיך אליינס לערנען דעם בלאט גמרא, אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט "אין צריכין בלימוד רק האמירה לבד", דער רבי זאגט אז מען דארף בלויז זאגן די ווערטער ווען מען לערענט, און דער עיקר לימוד התורה איז זאגן די ווערטער, ווי דער רבי ברענגט צו די גמרא אינעם שיחה.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווערט עס איז זוכה צו לערנען גמרא יעדן טאג, וועט זיך זיין לעבן טוישן מן הקצה אל הקצה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, מוהרא"ש האט פארציילט אז א איד איז געקומען וויינען צום הייליגן אמרי אמת פון גור זי"ע אז ער האט נישט קיין פרנסה, האט אים דער אמרי אמת געזאגט "לערן גמרא יעדן טאג, וועלן דיר די תנאים און אמוראים העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה", אויך האט מוהרא"ש געזאגט אז מענטשן אינוועסטירן אזוי סאך כדי צו האבן סיפוק און שמחת החיים, מען ספענדט אויף וואקאציעס, אויף חתונות, אפשר - טראכטן זיי - וועט מיר דאס ברענגען די אויסגעווארטע שמחה, אבער עס העלפט נישט, ווייל אמת'ע שמחה קען א מענטש נאר האבן אויב מען לערנט תורה.
דער ראש ישיבה האט זייער געבעטן אז יעצט ווען מען קומט אן צום בבא קמא-בבא מציעא סטאנציע זאלן אלע ארויפקומען אויפן באן פון ש"ס, בבא מציעא איז איינס פון די שענסטע מסכתות הש"ס, רוב אינגעלייט האבן שוין ערגעץ ווי געלערנט חלקים פון די מסכת, אין חדר אדער אין ישיבה, און יעצט קען מען אריינטאנצן אין די געשמאקע מסכת.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט ווען מען ענדיגט די שובבי"ם טעג, און מען גרייט זיך צו די הייליגע ארבע פרשיות, פורים און פסח, איז דא איין עצה צו מתקן זיין די נשמה, און קענען ארויסקריכן פון די בלאטע אין וואס מען איז אריינגעפאלן, דער הייליגער רבי זאגט אז "תלמוד" איז בגימטריא "לילי"ת", די קליפה וואס זוכט אראפ צו ווארפן א מענטש אין עבירות, און נאר די גמרא קעגן ראטעווען א מענטש פון דעם קליפה.
דער הייליגער קדושת ציון פון באבוב זי"ע האט פארציילט אז איינמאל איז געקומען צו אים א בחור און געוויינט צו אים אז ער איז דורכגעפאלן מיט גאר האבע עבירות און ער וויל תשובה טון ער וויל א תיקון פאר זיין נשמה וואס איז פארשמירט און שמוציג, האט אים דער צדיק געזאגט "לערן יעדן טאג גמרא, דאס וועט אויסרייניגן דיין נשמה", ווען דער צדיק האט געזען אז דער בחור וויל עס נישט אננעמען, האט ער אים געזאגט "ווילסט איך זאל דיר געבן שווערע און ביטערע סיגופים, פאסטן און זיך פייניגן, דאס וועט דיר אבער גארנישט העלפן. איך געב דיר א גרינגע עצה, אבער דאס וועט דיר העלפן, עס וועט דיר רייניגן דיין נשמה באמת און דיר דערנענטערן צום אויבערשטן".
דער ראש ישיבה האט לעצטענס פארציילט עטליכע גאר גרויסע ישועות וואס מ'האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע ווי מענטשן זענען געהאלפן געווארן פון שווערע משפטים און אנדערע סארטן צרות און פראבלעמען דורכדעם וואס זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אפילו אויב מ'פארשטייט גארנישט וואס מ'לערנט, פאלגט מען די צדיקים וואס האבן געזאגט אז זאגן די ווערטער איז גענוג, און זיי האבן געזען גאר גרויסע ישועות.
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קען פאגלן די הייליגע צדיקים, און מיר זאלן זיין מקושר צו די תורה, צו די צדיקים, און צום הייליגן באשפער.