גרויסארטיגער סיום מסכת עירובין דעם מוצאי שבת קודש
ב כסלו תשפ"א 📝
די לעצטע צוגרייטונגען ווערן יעצט געמאכט צום גרויסארטיגן סיום מסכת עירובין וואס וועט פארקומען דעם מוצאי שב"ק, און אנטשפרעכט צו זיין גאר א געשמאקער מעמד, ווען מ'וועט זיך פרייען און דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן מסכת עירובין, און זיך גרייטן מיט א פרישקייט אנצוהויבן מסכת פסחים.
פאלגנד איז דער סדר המעמד: אום 8:45 עפענען זיך די טירן, א רייכע סעודה וועט זיין צוגעשטעלט לכבוד דעם פרייליכן סיום, און אום 9:00 וועט מען זינגען די זמירות למוצאי שבת.
עס וועט רעדן הר"ר אלימלך שארף שליט"א, וואס עס מיינט צו זיין א "ש"ס איד", פאר זיך און פאר די גאנצע פאמיליע, און פארוואס עס פעלט צו מאכן אזא גרויסארטיגן סיום ברוב עם ביים ענדיגן א מסכתא.
א חשובער טאלאנטפולער גאסט רעדנער וועט דערציילן ווי אזוי מיט יארן צוריק האט אן איינצלנער איד, מיט א שטארקע רצון צו העלפן אידן קענען לערנען תורה, מצליח געווען ממש איבערצודרייען די גאנצע אידישע וועלט, און מאכן אז יעדער זאל קענען לערנען תורה.
מען וועט מסיים זיין מסכת עירובין און גלייך אנהויבן מסכת פסחים, און דאן זיך ארויסלאזן אין פייערליכע טענץ צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען זוכה צו לערנען זיין הייליגע תורה יעדן טאג. דערנאך וועט דער ראש ישיבה שליט"א אויפטרעטן מיט דברות קודש.
אין לויף פונעם מעמד וועט מהנה זיין דעם עולם די באקאנטע "אידיש נחת" קינדער קווייער, אנגעפירט דורך ר' משה קרויס הי"ו, אינאיינעם מיט די טאלאנטפולע אינגעלייט פון די "הלוים" קווייער. ווי אויך וועט מהנה זיין דעם ציבור ר' חיים מאיר ערפס הי"ו.
א נייער ניגון, פארפאסט געווארן דורך וועלט בארימטן קאמפאזירער ר' יוסי גרין הי"ו, וועט אויפגעשפילט ווערן ביים מעמד. און נאך פילע איבעראשונגען במשך דעם סיום.
דער מעמד וועט זיך ענדיגן אום 11:45 שארף, אלע זמנים וועלן אי"ה געהאלטן ווערן זייער פונקטליך, דעריבער בעט מען דעם חשובן ציבור צו קומען צייטליך, נישט צו פארפאסן קיין איין מינוט פון דעם געשמאקן סיום.
טיקעטס צום מעמד קען מען קויפן אין וויליאמסבורג ביי מו"ה נחמן נתן קרויס הי"ו 347-404-8738, אין בארא פארק ביי מו"ה יצחק משה רייך הי"ו 646-391-9053, אין ברסלב ביי מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו 347-585-9054, אין קרית יואל ביי מו"ה יואל טייטעלבוים הי"ו 845-467-5299.
ווי אויך קענט איר דא קויפן טיקעטס קליקטס דא
צוליב דעם מצב וועלן אריינגעלאזט ווערן אין זאל נאר א געצוימטע צאל מענטשן. מאכט זיכער צו האבן אייערע טיקעטס באצייטנס.
אזוי ווי ביים פארגאנגענעם סיום איז די פרויען זאַל נישט געווען צוגעשטעלט ווי מ'דארף, האבן מיר דאס מאל אריינגעלייגט באזונדערע כוחות אז די פרויען זאלן האבן א באקוועמע פלאץ, און קענען מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד. ווי אויך וועט זיין צוגעשטעלט בעביסיטינג פאר אומזיסט, פאר קינדער ביז דריי יאר אלט.
הדרן עלך מסכת עירובין!