גרויסע אויספארקויף אינעם השבת אבדה שטיבל אין שטעטל
יא אדר א' תשפ"ד 📝
אין שטעטל גייט אן א וויכטיגע ארגאניזאציע וואס ווערט געפירט דורך די חשובע משפחות טייטלבוים, די "השבת אבידה שטיבל" וואס שטעטל צו די סערוויס פון זיך אפגעבן מיט די גרויסע מצוה פון השבת אבידה אויפן שענסטן פארנעם, סיי ווער עס טרעפט עפעס אין שטעטל ווייסט מען אז עס איז דא אן אדרעס ווי מען וועט זיך אפגעבן דערמיט, אזוי אויך ווער עס פארלירט עפעס, בעט מען דעם אויבערשטן און מען גייט אריבער צום השבת אבידה שטיבל ווי מען וועט עס בעז"ה טרעפן.
אבער במשך די צייט זאמלען זיך אן גאר אסאך זאכן וואס קיינער קומט נישט זוכן, און עס איז נישט מעגליך אנצוגיין אזוי, האט מען בהוראת פונעם דיין שליט"א איינגעפירט צו מאכן אן אויספארקויף יעדע עטליכע חדשים אויף די זאכן וואס ליגן שוין אינעם שטיבל פאר א לאנגע תקופה, די זאכן וועלן פארקויפט ווערן פאר צוויי דריי דאלער וואס וועט גיין אויסצוהאלטן דעם שטיבל, מען זאל ווייטער קענען אנהאטלן דעם וויכטיגן סערוויס פאר די שטעטל.
יעצט וועט פארקומען די ערשטע גרויסע אויספארקויף פון זאכן וואס ליגן שוין לאנג, עס וועט פארקומען די וואך פון מארגן מיטוואך ביז ערב שבת קודש, ווי מען וועט טרעפן א גאר גרויסע אויסוואל פון גוטע קוואליטעט זאכן, בעיקר זענען דארט מלבושים ווי רעקלעך, מאנטלען, האנטוכער, רעגן מאנטלען, מעיל, שאלן, טלתים, העמעדער, וועש, שירעמס, ריפלעקטארס און נאך פילע זאכן. מען וועט קענען ארויסגיין פון דארט מיט גאר גרויסע מציאות, גוטע קוואליטעט זאכן פאר פרוטות.
די אדרעס פונעם השבת אבידה שטיבל סיי א גאנץ יאר צו איבערגעבן געטראפענע זאכן, און אויך אויפצוזוכן פארלוירענע זאכן, און יעצט צום אויספארקויף איז אין שטוב פון מו"ה שמשון הערש טייטלבוים הי"ו, אויף 121 טווין ברידזש רד. - פאר סיי וועלכע פראגע בנוגע דעם השבת אבידה שטיבל קען מען אלץ רופן 845-243-0604.
📰 די גרינדונג פונעם השבת אבידה שטיבל