גרויסע אמעריקאנער ביליגע עירליין "ספיריט" באנקראטירט
יט חשון תשפ"ה 📝
איינע פון די פראמינענטע אמעריקאנער ביליגע עירליינס "ספיריט עירליינס" האט געפיילט פאר בענקראט שוץ, נאכדעם וואס זייער פראבע זיך צוזאם צו שטעלן מיט אן אנדערע ביליגע עירליין "פראנטיער עירליין" איז דורכגעפאלן.
די וועג וויאזוי די פירמע האט אפערירט איז געווען דורך פרובירן צו צושטלען די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט, אבער חוץ אויב קאסטומערס זענען געקומען אן קיין פעקלעך זענען זיי געווענליך געווארן אנטוישט ביים עירפארט ווען זיי האבן געדארפט צוצאלן פאר יעדע זאך, ווי פקעלעך, אויסוועלן א זיץ, אדער באקומען צו עסן אויפן פליגער.
כאטש זיי האבן געהאט מער קאסטומערס פון פאריאר, און זייערע טיקעטס זענען געווען ביליגער, זענען אבער זייערע קאסטן שטארק ארויף, און היינט צו טאגסט טראגט זי א לאסט פון א ביליאן דאלער חובות, א זאך וואס האט ווייטער נישט געקענט אנגיין. די פירמע האט געזאגט אז זינט פינף יאר צוריק זענען ארויס יעדעס יאר אן קיין שום ריווח, און ביזדערווייל האט זיך אנגעזאמעלט דער גרויסער בארג פון חובות, פון וואס זיי קענען זיך נישט ארויסזען.
דער עירליין האט געזאגט אז כאטש זיי האבן געפיילט באנקראט, גייט דער עירליין ווייטער אן, און אלע וואס האבן געקויפט טיקעטס וועלן ווייטער סערווירט ווערן, און נאך מער, מען קען נאך אויך בוקן טיקעטס אויף ווייטער.
"אויב מען זוכט בלויז דער גרויסער נומער וואס יעדער זעט, איז עס א גוטע רעצעפט פאר באנקראט" האט זיך א פראמינענטער אנאליסט אויסגעדרוקט, "די קאסטומערס זענען נישט נאריש, זיי זעען זייער שנעל אז דער ביליגער פרייז איז געפאפּט, ווען באמת צאלט מען ארויף אויף די פעקלעך", די זעלבע זאך טוט דער סמ"ך מ"ם מיט אונז, ער פרובירט אונז אויסצונארן צו כאפן א גוטע דיעל וואס זעט אויס שיין, "שייד זיך אפ פון דיין משפחה, לעב מיט פרישות און חומרות", אבער מיר טארן זיך נישט לאזן פון אים, ווייל דערנאך צאלט מען ארויף א טייערע פרייז. צדיקים זאגן אונז אז מען קען נישט דינען דעם אויבערשטן אויב מען האט נישט קיין שלום בית. די זעלבע זאך מיט מחלוקת, ער פרובירט אונז צו דרייען דעם קאפ אז מען דארף קעיר נעמען פון דעם אדער פון יענעם, אבער מיר דארפן געדענקען אז אן ערליכער איד קען מען נישט דערקענען פון דרויסן, ער קען אויסזען פונקט ווי א פשוטער מענטש, אבער ווען מען טשעפעט אן ערליכער איז איז די פרייז זייער טייער. דערפאר דארפן מיר שטיין ווייט פון מחלוקת ווי פון פייער, און בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג מיר זאלן ארויסגיין מיט ריווח פון דער וועלט און זיך נישט לאזן נארן פון די גלאנציגע פאלשע גליקן.