גרויסע הכנות אין אומאן לקראת ראש השנה תשפ"ז
ל סיון תשפ"ו 📝
כאטש מיר האלטן נאך עטליכע חדשים פאר דעם הייליגן יום טוב ראש השנה, טוט זיך אבער שוין לעבעדיג אין אומאן. די עסקנים ארבעטן שוין פלייסיג זיכער צו מאכן בעז"ה אז די צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען צו פארן פון אלע עקן וועלט צום רבי'ן אויף יום טוב, זאלן מיט דער הילף פונעם אויבערשטן האבן אלעס וואס זיי דארפן אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן וואס שייך.
די ארבעט ביי אונזער בנין אין אומאן האט זיך באמת שוין אנגעהויבן גלייך ווען מיר האבן פארלאזט די שטאט מוצאי ראש השנה. ווי יעדער געדענקט מסתמא, איז פאריאר געווען א גרויסער "פאנטשער"; כאטש דער אויבערשטער האט געהאלפן מיט א שיינע וועטער און עס האט נישט גערעגנט (וואס דאס איז געווען א געוואלדיגער חסד ה' - א מעשה פון תפילה, היות אונזער בנין געפינט זיך היבש ווייט פונעם ציון און אסאך נויטיגע זאכן געפינען זיך אינדרויסן אין גאס, וואלט א רעגן געקענט זיין זייער שווער), און כאטש עס איז ב"ה געווען גענוג וואסער, אפילו עס איז געווען א לאנגע יום טוב סעזאן פאריאר - ווען מען איז געקומען א וואך פאר יום טוב צוליב וואס ראש השנה איז אויסגעפאלן מאנטאג נאכט - אבער פלוצלינג אינמיטן יום טוב האט מען געזען אז עס איז נישטא קיין וואסער.
וואס האט פאסירט? די סוער איז געווארן פארשטאפט. נישט יעדער ווייסט דאס, אבער "פרעש ווייפס" זענען א מכה אשר לא כתובה פאר די סוער סיסטעם. די סוער קען נאר פארדייען מאטעריאלן וואס צוגייען אין וואסער, אבער ווייפס – אפילו אויב עס שטייט בפירוש "פלאשעבל" אויפ'ן לעיבל – פארשטאפן עס נאך אלץ. און וואס געשעט ווען די סוער ווערט פארשטאפט? די וואסער האט נישט וואו צו גיין, און דעמאלטס ווערט זייער נישט געשמאק אויב די סוער הייבט אן ארויפקומען. דערפאר האט מען בלית ברירה געמוזט צייטווייליג אפשפארן דאס וואסער, ווייל אויב נישט וואלט געווען א קאטאסטראפע.
תיכף נאך יום טוב האט מען גערופן א פירמע וואס האט אינגאנצן איבערגעמאכט די סוער סיסטעם. מען האט ארויסגעגראבן די אלטע פארשטאפטע סוער, מען האט געארבעט דערויף צוויי חדשים לאנג, און ב"ה דאס איז שוין גענצליך פארטיג געווארן.
אצינד ביים אנהויב פונעם זומער סעזאן, האט דער ממונה מטעם דעם ראש ישיבה אויפ'ן בנין אין אומאן, דער געטרייער און איבערגעגעבענער מו"ה העניך אינדיג הי"ו, אויפגענומען א לאקאלן ארבעטער וואס גייט ארום יעדן איינציגן טאג שוין עטליכע וואכן נאכאנאנד, און קוקט איבער יעדע שטוב באזונדער. ער גייט דורך צימער נאך צימער און פארריכט אלעס וואס פעלט זיך אויס: צעבראכענע טירן, פענסטער, ווענט, טוילעטס און סינקס, בעטן, און אזוי ווייטער; אלעס כדי עס זאל קלאפן פיין בעז"ה און זיין גרייט פאר'ן עולם ווען מען וועט אנקומען.
אזוי אויך גרייט מען זיך שוין אן מיט די נויטיגע וואסער אויף יום טוב. מען דארף פארשטיין אז ווען אזא ריזיגער עולם קומט, קענען די ארטיגע קוועלער נישט צושטעלן אזא געוואלדיגע מאס וואסער אויף איינמאל. דערפאר האט מען אינסטאלירט ריזיגע טאנקען טיף אין די ערד, וואס במשך די זומער חדשים ארבעטן די קוועלער אומאויפהערליך און פילן אן בעז"ה די אלע טענק, כדי עס זאל זיין גענוג וואסער פארן גאנצן ריזיגן ציבור פאר די גאנצע וואך.
די עסקנים בעטן אז אנשי שלומינו זאלן מתפלל זיין אז דער וועטער אין אומאן זאל זיין שיין היי-יאר, ווייל ווי אויבן דערמאנט, געפינט זיך דאס קאווע שטיבל און די סינקס זיך צו וואשן אינדרויסן אויף דער גאס, און אויך דער גרויסער לאנטש-רום איז בלויז א פשוט'ער טענט; דעריבער אויב עס רעגנט, קען עס זיין א שטיקל עגמת נפש פארן עולם.
דער עיקר איז וויכטיג צו געדענקען זיך אנצוגרייטן מיט די ריכטיגע הכנה צום רבי'ן גענוג פרי. דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז ברסלב'ער חסידים האבן זיך שטענדיג געפירט צו קומען צום רבי'ן מיט א מתנה, למשל א סיום משניות, א סיום מסכתא, וכדומה. און "ויפה שעה אחת קודם" - וואס פריער איז אלס בעסער; אויב מען הייבט שוין יעצט אן, וועט מען בעז"ה קענען ברענגען א שיינע מתנה פארן רבי'ן און פועלן א גוט געבענטשט יאר.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.