גרויסע הכנות ווערן געמאכט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ה
כא אב תשפ"ד 📝
עס איז שוין דורך אזא לאנגע יאר, אן עיבור יאר, פון פאריאר ראש השנה. ווען מיר וואלטן פאריאר געוואוסט וואס פארא יאר ווארט אונז וואלטן מיר אלע אסאך מער מתפלל געווען. לב יודע מרת נפשו, יעדער האט מיטגעמאכט זיין פעקל, דער בגשמיות און דער ברחוניות, אזויפיל פרישע יתומים נעבעך צוגעקומען, פרישע אלמנות, וויפיל אידישע הייזער זענען נעבעך צופאלן צוליב נארישקייטן, וויפיל אידישע נשמות זענען נעבעך אוועקגעפאלן ווייל זיי מיינען אז זיי זענען דערנאך, אזוי סאך אינגעלייט זענען געווארן פרישע בעלי חובות פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין וועג ווייזער וואס זאל זיי אויסלערענען פשוטע זאכן פון לעבן, אבער פארוואס וויינען אויף אויסגעגאסענע מילך? יעצט דארפן מיר טראכטן וויאזוי וועט אויסזען אונזער קומענדיגעס יאר.
זה לעומת זה עשה אלוקים, מיר קענען נישט גענוג דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן אז מיר זענען געוואר געווארן פונעם הייליגן רבי'ן, א רבי וואס האט זיך מוסר נפש געווען צו טרעפן א שפראך מיט אונז פשוטע אידן, פשוטער פון פשוט, אז מיר זאלן וויסן די זיסע לעכטיגע עצות, א רבי וואס האט געטוישט אונזער לעבן, וואס געבט אונז מאטיוואציע און חשק ווייטער אנצוגיין טראץ אונזערע אלע דורכפעלער, און דערפאר בענקט אונזער הארץ מיר זאלן אויך זוכה זיין דאס יאר צו פאלגן זיין בקשה וואס ער האט אונז געבעטן אז מיר זאלן קומען וויילן ביי זיין הייליגן ציון אויף ראש השנה.
אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט תפילות און בענקעניש, מען ווארט שוין זוכה צו זיין זיך אויסצוגיסן דאס הארץ ביי דעם מקום קודש, דעם מקום מסוגל לקבלת התפלות, און אין די זעלבע צייט גרייטן זיך די עסקנים פון די הונדערטער בתי מדרשים, הכנסת אורחים'ס, און האטעלן צו צוגרייטן זייערע פלעצער פאר די צענדליגע טויזנטער אידן וואס וועלן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף קומען קיין אומאן.
אינעם בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן טוען זיך אויך גרויס זאכן אין די טעג, אויסער די פילע זאכן וואס מען בויעט און מען פארענדיגט, ווי מיר האבן שוין באריכטעט, און מיר וועלן ווייטער בעז"ה באריכטן, מאכט מען שוין אין די טעג די באשטעלונגען פון די עסן פאר די וואך וואס מען וועט בעז"ה דארט וויילן. מען באשטלעט שוין די טויזנטער פארציעס פיש, פלייש, חלות, טרונקען, פירות, און ירקות פאר'ן קאך, אזוי אויך די פעיפער גודס און דאס גלייכן, מען פארהאנדעלט שוין מיט די פירמעס וואס שטעלן צו ארבייטער, מען זאל האבן די ריכיטגע שטאב צו קאכן, רוימען און דאס גלייכן.
אזוי אויך טוט זיך העפטיג ביי די טראוועל אגענטן, מען גרייט צו די טשארטער פלייטס, דאס עסן, די באסעס, באנען און דאס גלייכן, און מען האפט אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב.
עס גייט אריין גאר אסאך כחות אין צוגרייטונגען, און די עסקנים בעטן אז אנשי שלומינו זאלן זיי אינזין האבן ביי די תפילות אז מען זאל מצליח זיין צו קענען צושטעלן דאס בעסטע וואס מעגליך, און דערמיט פארגרינגערן אביסל די שווערע נסיעה.
דער עיקר זאל מען געדענקען אז ווען מען קומט אן זאל מען זיך נישט לאזן נארן, און נישט ווערן פארבלענדעט פון די מארקעט, פון די פילע געסט מארבע כנפות הארץ, און אזוי ווייטער, נאר געדענקען אז דאס איז די פלאץ וואו מען וועט פועלן אז דאס קומענדיגעס יאר זאל מען לעבן אינגאנצן מיטן אויבערשטן, לעבן מיט א צדיק, און האבן א גוטע זיסע לעבן ברוחניות ובגשמיות.