גרויסע הכנות צום "אנשי חיל" קאמפיין, א וואך נאך שבועות
א סיון תשפ"ב 📝
ווי יאר יערליך טוען די געטרייע עסקנים פון אנשי שלומינו אנגעפירט דורך מו"ה אהרן פיש הי"ו, און הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אראנדזשירן דעם יערליכן טשערידי קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות.
אויף די בקשה פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער היי יעריגע קאמפיין לויפן אויף א נייע צוגאנג.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז וויל אז יעדער איינער פון די קהילה זאל האבן א חלק אין די קאמפיין, דאס הייסט אז יעדער זאל נעמען א רעאליסטישער ציל צו וואס ער קען בעזרת השם דערגרייכן. דער היי יעריגער קאמפיין וואס וועט טראגן דעם נאמען "אנשי חיל" וועט נישט האבן א ציל פון געלט וויפיל מען וויל אויפטרייבן, נאר א עס וועט האבן דער ציל אז לכל הפחות 400 "טיעמס" זאלן אנקומען צום ציל וואס זיי האבן גענומען אויף זיך. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, אז ער וויל מיט דעם צייגן אז יעדע סכום וואס א איד געבט פאר צדקה איז חשוב און טייער.
אין די לעצטע וואכן, זענען די עוסקים בצרכי ציבור באמונה ארום געפארן בטירחא דגופא צו אלע שטעט ווי אנשי שלומינו וואוינען, און האבן אנגעווארימט דעם ציבור, הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם. מען האט מסביר געווען די וועג וויאזוי דער קאמפיין וועט ארבעטן און געגעבן די געלגענהייט מען זאל זיך נעמען א גאול וויפיל מען וויל דערגרייכן, ביז יעצט זענען שוין אונטער געשריבן געווארן איבער 180 שטרות פון אנשי שלומינו וואס האבן גענומען א ציל בסייעתא דשמיא.
עס דארף באטאנט ווערן אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין א גאר קריטישע מאמענט, מען דארף יעצט גאר נויטיג האבן פרישע בנינים אין אלע חלקים פון די קהלה און די מוסדות, מען בויעט יעצט פרישע מקוואות טהרה, בתי מדרשים, חדרים פאר אינגלעך, מיידל שולעס, און אלע אנדערע געברויכן פאר די הייליגע קהלה. דער ראש ישיבה שליט"א בעט נישט מען זאל געבן פון די אייגענע געלט, ער בעט מען רופן די קרובים און באקאנטע זיי זאלן צושטייער געבן. מען האט געזען אין די פארגאנגענע יארן ווי אנשי שלומינו האבן זיך איבערגעגעבן און אויפגעטריבן גאר שיינע סכומים, מען האט געזען ווי רוב רובם אידן זענען מכיר טובה דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, און ווארטן ארויס מען זאל זיי רופן, און האבן מיט גרויס ווארימקייט אויפגענומען די גבאי צדקה וואס האבן געבעטן מען זאל זיי העלפן צוזאם שטעלן דאס געלט וואס זיי האבן זיך אונטער גענומען.
מיט אייבערשטנ'ס הילף ערווארט מען אויך היי יאר מען זאל שטארק מצליח זיין מיטן קאמפיין, און אנשי שלומינו וועלן ווידער אמאל געבן די געלעגענהייט פאר גאנץ כלל ישראל צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן אמונה פארבריק "היכל הקודש" וואס באלייכט די גאנצע וועלט מיט אירע הערליכע פעולות פון פארשפרייטן אמונה, חיזוק, פאר יעדן איד.