גרויסע חלוקה אין שטעטל קומענדיגע זונטאג ביים נייעם בנין פון בית התבשיל
טז אלול תשפ"ד 📝
דער בארימטער בית התבשיל אין שטעטל, וואס שטייט בראש פון פילע חסד אקטיוויטעטן, מיט'ן ציל אז יעדע משפחה, אפגעזען פון זייער צושטאנד, זאל האבן צו עסן צו דער זעט, האט נארוואס מודיע געווען אז די קומענדיגע חלוקה וועט פארקומען אינעם נייעם גרויסן בנין אויף 117 רעדקליף רד. - דער בנין וואס איז נישט לאנג צוריק אריבער צו די הענט פונעם בית התבשיל, און האלט אינמיטן אריבערגיין רענאוואציעס מען זאל עס קענען נוצן פאר נאך פילע צוועקן, הייבט אן א פרישע תקופה פאר'ן בית התבשיל, ווען דער פלאץ וועט בעז"ה קענען צושטעלן די לאגיסטיקס וואס עס פעלט אויס פאר אזא פראיעקט, מיט גענוג פלאץ און גענוג פארקיג פאר אלע וואס קומען נעמען פון די חלוקות.
יעצט לקראת די ימים טובים הבעל"ט וועט פארקומען א גאר גרויסע חלוקה לכל הקהל הקדוש, אם ירצה השם קומענדיגע זונטאג נצבים וילך 6:00 נאכמיטאג, עס וועט פארטיילט ווערן פילע נוצבארע עסן און אנדערע פראדוקטן וואס וועלן בעז"ה ארויסהעלפן פילע משפחות צו קענען אריינברענגען די ימים טובים גרינגער און פרייליכער.
עס וועט זיין צענדליגע אייטעמס, צווישן זיי קרעקערס, סנעקס, טרונקען, פרוכט, גרינצייג, פעמפערס, פעיפער גודס און נאך נוצליכע אייטעמס וואס מען קען נוצן אין א אידישע משפחה, עס וועט זיין - מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אסאך שענער, בעסער, און מער ווי די ביז יעצטיגע גרויסע חלוקות.
אלע זענען געלאנדעט צו קומען אנטייל נעמען אין די חלוקות, און נעמען פון די ריזיגע אויסוואל פון פראדוקטן גענצליך בחנם, וכל הקודם זכה.
די חלוקה איז צושטאנד געקומען דורכן בית התבשיל וואס ווערט געפירט דורכ'ן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו מיט די הילף "לשובע ולא לרזון" וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שמעון ישראל פאזען הי"ו, וואס שטעלט צו ריזיגע חלוקות אין פילע אידישע שטעט לע"נ הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה פון קערעסטיר זי"ע, וואס איז געווען בארימט פאר זיינע פילע פעולות צו שטילן די הונגער פון אידישע קינדער.
דער זכות זאל מגין זיין די אלע עסקנים וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה, זאלן געבענטש ווערן פון אלעם גוטן, צו פארשריבן ווען צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.