יעצט ווערט צוויי חדשים זינט ר' משה יחיאל פעלדמאן הי"ו האט אריבערגעפירט די גראסערי פון שטעטל צום נייעם פופצן טויזענט סקווער פיס לאקאל אויף 261 נארט מעין סט. אין ליבערטי. דאס איז געשען מיטן וואוקס פונעם שטעטל קרית ברסלב, האט די גראסערי אינעם ביעסמענט מערן נישט געקענט ווייטער אנהאלטן אזוי, ווייל אויסער וואס עס איז פשוט אויסגעוואקסן, האט די טאון נישט ערלויבט די גראסערי ווייטער אנצגיין אזוי. ר' משה יחיאל הי"ו זאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן מען זאל טרעפן אן עצה.
 
דער אויבערשטער געהאלפן אז א נישט אידישע גראסערי אויף א גוטע לאקאציע איז ארויפגעקומען אויפן מארקעט, און טראצדעם וואס פילע קונים האבן עס געוואלט אויפקויפן, האט אבער ר' משה יחיאל האט נישט אויפגעגעבן, און נאך אסאך תפילות האט דער אויבערשטער געהאלפן אז עס איז אריבער צו זיין אייגענטומערשאפט.
 
ר' משה יחיאל האט איבערגענומען דעם לאקאל און עס טראנספארמירט צו "לעמאנעיד סופערמארקעט", און האט אהערגעשטעלט א גאר גוטע קאסטומער סערוויס, ווען מען קומט אריין אין לעמאנעיד סופערמארקעט שפירט מען גלייך אן איינגענעמע אטמאספער. ער זוכט ווי ער קען ארויסהעלפן זיינע קאסטומערס, נישט נאר וואס די פרייזן ביי לעמאנעיד זענען פון די בעסטע אין די גאנצע קעטסקילס ראיאן, נאר אויך זוכט ער נישט צו באהאלטן די פרייזן פון די פארשידענארטיגע ברענדס פון די גרויסע אויסוואל וואס די גראסערי פארמאגט, אונטער יעדע אייטעם באזונדער שטייט ארויסגעשריבן מיט גרויסע אותיות די פרייז, און נעבן דעם די יוניט פרייז מען זאל קענען פארגלייכן און קויפן וועלכע עס קומט אויס די בעסטע פארן קאסטומער.
 
אויסער די גוטע קאסטומער סערוויס הא ער ברוך השם באוויזן אריינוצברענגען פילע דעפארטמעטנס אינעם סטאר ווי ביי יעדע איינע שטייען אויסגערופענע קעכערס און בעקערס וואס יעדער צייכענט זיך אויס אין זייער זאך, עס זענען דא באזונדערע אפטיילונגען פאר פיש, פלייש, דעלי, סוש, פיצא, בעקעריי, שפילצייג, און ער פלאנט אריינצוברענגען נאך מיט די צייט.
 
לעמאנעיד סופערמארקעט האט אויך א פארגעשריטענע וועבסייט, www.lemonadesupermarket.com ווי קאסטומערס קענען באשטעלן די גאנצע ארדער און עס וועט ווערן אפגעשיקט צו אייך אהיים, אזוי אויך ווערט צוגעשטעלט בנחם פיקאפ און דעליווערי פאר מינימוס איינקויף.
 
פאר די וואס קומען צו פארן מיט די קארס פארמאגט דאס געשעפט א ריזיגע ברייטע פארקינג מיט פלאץ פאר איבער 100 קארס, און די איינוואוינער פון שטעטל קענען זייער גרינג אנקומען אהין ווען די שאטל פון שטעטל שטעלט זיך אפ כסדר אין פארנט פון לעמאנעיד סופערמארקעט.
 
דער סטאר איז אפן טעגליך פון 7:30 אינדערפרי ביז 11:00 אויפדערנאכט, אויסער מיטוואך און דאנערשטאג ווען מען איז אפן ביז שפעטער. אזוי אויך איז דער געשעפט אפן פרייטאג ביז שפעט און מוצאי שבת קודש. צום רעכענען פארמאגט לעמאנעיד פינף רעדזשיסטערס און פיר סעלף טשעקאוט פאר די וואס ווילן רעכענען אליינס.