גרויסע נס פון א מפיץ אין ארץ ישראל
ח תמוז תשפ"ג 📝
אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן נס וואס האט פאסירט מיט איינע פון די גרויסע מפיצים אין ארץ ישראל, מו"ה אלחנן זאבערמאן הי"ו פון עיה"ק צפת.
די מעשה האט פאסירט פאריגע וואך מוצאי שבת קודש, ר' אלחנן מיט זיין ווייב לאזן זיך ארויס צום באס סטאנציע וואס וועט זיי בעז"ה טראגן פון ירושלים קיין צפת, אנקומענדיג צום סטאנציע האבן זיי געזען אז אנדערש ווי יעדע וואך ווען עס פארן ארויס נאר צוויי באסעס קיין צפת, האבן די וואך געווארט דארט דריי באסעס, וואס אויף די דריטע באס האבן זיך ר' אלחנן מיט זיין ווייב באקוועם געמאכט, און אזוי ווי עס איז געווען א באס מער ווי געווענליך איז דער דריטער באס ארויסגעפארן ממש ליידיג, ווען אויפן באס געפונט זיך נאר דער אויבערשטער, דער מפיץ ר' אלחנן און זיין ווייב.
זיי האבן זיך געזעצט מער אין פארענט, ווען תיכף אנפאנג פונעם וועג האבן זיי ערליך מתפלל געווען צום אויבערשטן "יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקינוּ וֵאלֹקי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁתּוֹלִיכֵנוּ לְשָׁלוֹם וְתַצְעִידֵנוּ לְשָׁלוֹם וְתַדְרִיכֵנוּ לְשָׁלוֹם, וְתַגִּיעֵנוּ לִמְחוֹז חֶפְצֵנוּ לְחַיִּים וּלְשִׂמְחָה וּלְשָׁלוֹם. וְתַצִּילֵנוּ מִכַּף כָּל אוֹיֵב וְאוֹרֵב וְלִסְטִים וְחַיּוֹת רָעוֹת בַּדֶּרֶךְ, וּמִכָּל מִינֵי פֻּרְעָנֻיּוֹת הַמִּתְרַגְּשׁוֹת לָבוֹא לָעוֹלָם, וְתִשְׁלַח בְּרָכָה וְהַצְלָחָה בְּכָל מַעֲשֵׂה יָדֵינוּ, וְתִתְּנֵנוּ לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים בְּעֵינֶיךָ וּבְעֵינֵי כָל רֹאֵינוּ, וְתִשְׁמַע קוֹל תַּחֲנוּנֵינוּ. כִּי קל שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה וְתַחֲנוּן אַתָּה. בָּרוּךְ אַתָּה ה' שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה" און דערנאך צוגעלייגט און ווייטער געבעטן דעם אויבערשטן אויף אידיש אז די וועג זאל דורכגיין בשלום אן קיין שום מכשול.
אינמיטן פארן האט דער באשעפער ארויפגעלייגט א מידעקייט אויף זיי, און זיי האבן באשלאסן אז מען גייט זיך רוקן צון הונטערשטן חלק פונעם באס ווי עס איז מער באקוועם צו שלאפן.
דער סדר פון די רוט קיין צפת איז אז נאך איינס און א האלב שעה פארן, גייט דער באס אריין אין א געז סטעישאן כדי די פאסאדזשירן זאלן קענען ארויס קומען פאר א צען מינוטיגע ברעיק, ווי עס איז דא צוגעשטעלט פארשידענע סערוויסעס, מיט א געשעפט ווי מען קען קויפן עפעס צו עסן אדער טרונקען, אדער סתם זיך אויסציען די ביינער.
ר' אלחנן אלץ אן ערפארענע דרייווער האט אבער באמערקט אז דאס מאל ווען דער באס האט זיך איינגעדרייט צום געז סטעישאן איז ער עפעס געפארן צו שנעל, און ער האט געכאפט אז עס איז צרות ווייל ווי עס שיינט האט דער באס פארלוירן קאנטראל אויף זיינע ברעיקס.
דער סטעישאן איז געווען אנגעפילט מיט מענטשן, און דער דרייווער באמערקענדיג זיין צרה האט פרובירט מיט אלע כחות נישט צו שעדיגן קיינעם, און ער האט זיך ווילד געדרייט רעכטס און לינקס אויסצומיידן די מענטשן וואס האבן זיך גענומען אטלויפן פונעם ווילד פארענדען באס, ביז דער דער באס האט ענדלעך געגעבן א זעץ אריין אין עפעס, וואס האט ב"ה אפגעשטעלט דעם באס. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט דער באס אריינגעזעצט אין א טרעילאר און דער קלאפ איז געווען מיט אזא קראפט אז דער גאנצער קאנטעינאר איז איז אראפ געשטופט געווארן פונעם טראק.
ר' אלחנן איז טאקע געווארן גוט אויפגעשאקעלט פונעם עקסידענט, אבער ער האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער, זיין ווייב, די פיסגייער פונעם סעטישאן און אפילו דער דרייווער זענען ארויס פון דעם אינצידענט אן קיין קריץ, און בפרט נאכדעם וואס ער האט געכאפט א בליק אויף די פלאץ ווי ער איז קוים פריער געזיצן האט ער געזען אז דארט האט געכאפט די שטערקסטע אימפאקט, און דער גאנצער זיץ איז געווען גענצליך ארויסגעריסן פון פלאץ.
אזוי האט דער אויבערשטער געראטעוועט דעם מפיץ פון דעם שווערן עקסידענט, אין זכות פון הפצה, און אין זכות פון תפלה.