מיט גרויס זארג האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די בקשה פונעם שמש אין ביהמ"ד היכל הקודש אין אומאן מוצאי שבת קודש "אנשי שלומינו זאלן מתפלל זיין פאר א חשובע אינגערמאן וואס האט פארלוירן זיין פאספארט דא אין בנין ביכל הקודש", און געבעטן אז מען זאל האלטן אן אויג אויב מ'טרעפט עס.
 
אלע אנשי שלומינו אינג און אלט האבן געבעטן דעם אייבערשטן אויף אידיש אז דער חשובער אינגערמאן זאל קענען אהיים פארן אין צייט  נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז א ארגענטינער בירגער, און דער אמבאסאדע פון ארגענטינע אין אוקריינע איז פארמאכט אין די טעג צוליב די מלחמה.
 
א חשובער אינגערמאן מאנשי שלומינו מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו האט זיך אריינגעלייגט צו העלפן דעם אינגערמאן און האט זיך פארבינדן מיט די ארגענטינע אמבאסאדע, וואס האט נאך אסאך תפילות צום אייבערשטן און לאנגע שעות פארהאנדלונגען אהין און צוריק באוויליגט צו שיקן אן אימעיל מיט פאפירן וואס זאל אים אפשר קענען ארויספירן פונעם אוקריינע גרעניץ, ער זאל קענען גיין צום אמבאסאדע אין ריישא פוילן צו מאכן אן עמוירדזשענסי פאספארט.
 
ווען דער באן אויף וואס אנשי שלומינו האבן זיך געפונען אויפן וועג פון וויניצע אוקריינא קיין פשעמישל פוילן איז אנגעקומען צום אוקריינישער גרעניץ שטאט לעמבערג, זענען די גרעניץ וועכטער ארויפגעקומען זיגלען די פאספארטן, ווען זיי האבן געבעטן דעם אינגערמאן זיין פאספארט האט ער זיי געוויזן די ארויסגעפרינטע פאפירן וואס די ארגענטינע באאמטע האבן אים געשיקט, אבער זיי האבן עס נישט געוואלט אננעמען "מען קען נישט ארויספארן אן קיין פאספארט", מען האט אויפגעהאלטן דעם באן איבער איינס און א האלב שעה, ווען אינצווישן האט מען אויסגערופן אויפן מייק סיסטעם אינעם באן אז מען זאל מתפלל אז מען זאל דורכלאזן דעם אינגערמאן מיט זיינע פאפירן אנשטאט א פאספארט. דער אייבערשטער האט צוגעהערט די תפלות פון אנשי שלומינו, און צום סוף האבן זיי מסכים געווען צו זיגלען זיינע פאפירן.
 
יעצט האט מען געדארפט פרישע תפילות, דער פליגער מיט וואס דער אינגערמאן דארף ארויספארן דעם קומענדיגן טאג אינדערפרי אין קראקא איז געווען געסקעדזשולט אויף 9:15, און ווען מען איז אנגעקומען קיין פשעמישל איז שוין דער ארגענטינע קאנסול אין ריישא פוילן געווען פארמאכט, אבער דער אייבערשטער האט ווידער געהאלפן אז זיי האבן אויסגעווארט דעם אינגערמאן איבער דריי שעה נאכן זיין אפיציעל פארשפארט אויפן טאג, און אויפדערנאכט האט ער שוין געהאט זיין נייע פאספארט אין די האנט.
 
אלע האבן געזען די גרויסע כח פון תפלה, ווען אינמיטן א מלחמה קען מען ארויסגיין פון לאנד מיט בלויזע פאפירן, און דער אמבאסאדע ווארט אויס און געבט תיכף א נייע פאספארט, און אזוי האט ער געקענט ארויפגיין אויף זיין באשטימטע פליגער אין צייט.
 
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו לו לבדו ראוי להתפלל, ואין לזולתו ראוי להתפלל