גרויסע עקסטענשאן אנגעהויבן ביים צענטערלן האשקי שול אין שטעטל
ז טבת תשפ"ה 📝
אין די יעצטיגע טעג קומט ארייןדי פרייליכע נייעס אז נאך א לאנגע צייט פון תפלות האט מען ב"ה ערהאלטן די ענדגילטיגע פערמיטן צו קענען בויען א נייעם גרויסן צוגאב צום גרויסן צענטראלן שול אין שטעטל אויף 181 האשקי רד.
ווען דער שטעטל איז געגרינדעט געווארן מיט אביסל מער פון פינף יאר צוריק, האבן די צען פיאנערן משפחות וואס האבן זיך ארויסגעצויגן צום פרישן שטעטל מיטן ציל צו האבן א שטיל באשיידן לעבן מיטן אייבערשטן ארומגענומען מיט גראז און
ביימער נישט געדארפט קיין גרויסן בית המדרש.
די דעמאלטסדיגע איינוואוינער האבן געדאווענט אינעם בעיסמענט וואס דער מנהל מו"ה אברהם משה שטראססער שליט"א האט אוועקגעגעבן פאר דעם באנוץ. אביסל שפעטער ווען דער ראש ישיבה'ס הויז האט זיך געבויעט, האט דער ראש ישיבה אוועקגעגעבן געגעבן די בעיסמענט פון זיין הויז וואס איז ספעציעל געמאכט געווארן גרויס, אז מען זאל עס נוצן פארן בית המדרש פארן שטעטל וואס איז שוין דאן געווען היבש גרעסער, ווען מען האט געגרינדעט דעם כולל היכל הקודש האט דער ראש ישיבה באשטימט אז במשך דעם טאג זאל עס באנוצט ווערן דורך זיי.
אבער אויך דאס איז שנעל אויסגעוואקסן, נאך און נאך משפחות האבן זיך אהערגעצויגן, ווערנדיג צוגעצויגן צו די גאר גוטע לעבנ'ס קוואליטעט פונעם שטעטל ווי אלעס דרייעט זיך ארום דעם רבינ'ס עצות, מען רעדט אפן פונעם אויבערשטן, און אזוי איז מען מחנך די קינדער אין שטוב. און צוגאב איז דער בית המדרש געווארן א מנינים צענטער פון סיי ווער עס געפונט זיך אויף די בערג, אלע ווייסן אז דא איז דא א הערליכע היימישע בית המדרש, ווי מען קען אריינקומען סיי ווען במשך דעם טאג און טרעפן מנינים פאר אלע דריי תפילות, ווי מען שפירט זיך געשמאק אריינצוקומען, און מען ווערט אויפגענומען מיט א שמייכל. היינט צו טאגס איז דער בית המדרש שוין שטארק אויסגעוואקסן.
דער ראש ישיבה האט דערפאר באשלאסן, אז צוליב די וויכטיגקייט פון האבן א בית המדרש לתורה לטהרה ולתפלה וועט ער אריינשפרינגען אין א פרישע פראיעקט און האט געבארגט געלט צו קענען צובויען צום שול אז עס זאל קענען נאכקומען דעם געברויך.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט מען צובויען פון פארנט צו מזרח זייט פונעם שול א בעיסמענט מיט א שטאק. אינעם בעיסמענט וועט זיך געפונען א גרויסע מקוה, א שמש שטובל, און נאך פארשידענע ציבורישע געברויכן.
אויפן צווייטן שטאק וועט זיין א גרויסע היכל התורה, וואו וועט זיין געאייגענט צו לערנען, און במשך דעם גאנצן טאג פון פארטאגס ביז ביינאכט וועלן אנשי שלומינו קענען אריינקומען און לערנען מיט הרחבת הדעת שיעורים כסדרן. אזוי אויך במשך דעם טאג וועט דער היכל באנוצט דורך די כולל אינגעלייט, וועלכע זיצן און לערנען במשך דעם טאג בהתמדה רבה אינעם מסגרת פונעם כולל היכל הקודש.
אלע ווערן געבעטן זיך משתתף זיין מיט תפילה, אז דאס דאס זאל געבויעט ווערן ווי עס דארף צו זיין שנעל און גוט, און אז דאס זאל קענען אריינגיין אין באנוץ ווי אמשנעלסטן.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!