מיט קוים צוויי חדשים צוריק איז ארויסגעקומען פונעם קרן הדפסה די יו-עס-בי דרייווס אנגעפילט מיט דרשות און ניגונים, וואס זענען אנגעפילט געווארן מלא וגדוש. עס זענען ארויסגעקומען עטליכע ווערסיעס, אלע זענען אנגעפילט מיט בערך 12 ביז 14 גיגאבייט, און אנטהאלט איבער 230 שעה אוידיא צו הערן, פילע מוזיק סידיס פון ישיבה, הונדערטער דרשות פון ראש ישיבה פאר בחורים, אינגעלייט, אדער פרויען, צווישן די יארן תשע"ט און תשפ"א.
 
נאכדעם וואס עס איז שוין דורך א שטיק צייט, האט מען שוין געהאט די געלעגעהיינט צוריק צו הערן פון די מפיצים. ווי זיי זאגן פה אחד, איז עס פון די בעסטע אייטעם וואס דער עולם בעט טאג טעגליך. מען הערט צוריק אז מען האט שוין געווארט דערויף זייער א לאנגע צייט, ווייל רוב רובם האבן שוין היינט נאר יו-עס-בי פלעיערס אין די קארס, און מען כאפט זיך צו דערצו מיט א מורא'דיגע דורשט.
 
נאכדעם וואס די ערשטע שיפמענט פון עטליכע הונדערט שטיק איז זייער שנעל אויסגעגאנגען האט דער קרן הדפסה זיך איינגעקויפט א גוטע מאשין וואס קען קאפיען צענדליגע דרייווס אין עטליכע מינוט, האט מען שוין ב"ה צוריק אנגעפילט די אינווענטארי, און די מפיצים האבן זיך שוין צוריק אנגעפילט זייערע סטאק, און פארשפרייטן די הערליכע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס געט חיות און עצות פאר אלעמען.
 
שמעו ותחי נפשכם
 
🎧 צו קויפן די יו עס בי דרייווס אויפן וועבסייט