אומאן, אוקריינא - גאר גוטע נייעס קומט אריין פון אומאן, אז קהילת היכל הקודש בראשות דער ראש ישיבה שליט"א האט געקויפט פרישע שטח ווי מען וועט בעזרת השם בויען א פרישע געביידע גלייך נעבן דעם יעצטיגן געביידע, פארן געברויך צו נוצן פאר אנשי שלומינו אויף ראש השנה. דער יעצטיגער בנין, וואס איז געעפענט געווערן מיט קוים עטליכע יאר צוריק, איז שוין בלי עין הרע געווארן צו קליין פון צו קענען פארנעמען דעם גרויסן פארלאנג פון אידן וואס ווילן קומען איינשטיין.
 
אזוי אויך קומט אריין די נייעס פון "פלען איט רייט" אז טראצדעם וואס מיר זענען נאך א קנאפע ניין חדשים פאר ראש השנה, גרייט מען זיך שוין אינגרויסן אויפן קומענדיגן ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט. אויפן קומענדיגן יאר פלאנען מען מיט אייבערשטנ'ס הילף צו צושטעלן א "טשארטער פלייט" פון ניו יארק. דער דעסטינאציע ווענדט זיך אינעם אנגייענדיגן קריג, אויב וועט עס ערמעגליכט ווערן וועט מען לאנדן בעז"ה אין אוקריינא, אבער אויב נישט, וועט מען בעז"ה לאנדען אין איינע פון די לופטפעלדער אין פוילן פון ווי מען וועט אינאיינעם נעמען דעם באן קיין אומאן, אזוי מען האט געטון פארגאנגעם ראש השנה. מען בעט אנשי שלומינו אז ווען זיי זענען מתפלל מען זאל זוכה זיין צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, זיי זאל אויך בעטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב.
 
דער יעצטיגער בנין אין אומאן וואס אקאמאדירט עטליכע הונדערט אידן צום שלאפן און עסן, און נאך עטליכע הונדערט צום דאווענען, אנטהאלט א מקוה מהודרת, א וואכענדיגע עס זאל, א קאך, און פיר שטאקן פון שלאף צימערן. טראצדעם וואס דער בנין איז גאנץ ווייט פונעם הייליגן רבינ'ס ציון, איז דער בנין א מאגנעט פאר די פילע הונדערטער וואס קומען דווקא דא צו דאווענען עסן און שלאפן, דאס איז ווייל מען וויל מיטאהאלטן די ווארימע תפילות דורכן ראש ישיבה שליט"א, די דרשות וואס איז מחיה און מחזק, אזוי אויך די שיינע סעודת שבת ויום טוב, וואס מען זינגט און פארברענגט בשבת אחים אויף א געהויבענעם פארנעם.
 
צוליב דעם גרויסן איבערפלוס פון אידן וואס קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, בפרט וואס אנשי שלומינו פאלגן דעם רבין און ברענגן די קינדער שוין פון די זעקס יאר, ווי דער רבי האט געבעטן, און מבטיח געווען אז מען וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמדל, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז גאר נויטיג א פרישער בנין. דערווייל איז נאכנישט דא קיין ענדגילטיגע באשלוס, מען נעמט אין באטראכט א גרעסערע בית המדרש, נאך צימערן צום שלאפן, און נאך פארשידנע אפציעס.
 
ווארט אויס פאר פרישע אפדעיטס, וואס מיר וועלן בעזרת השם מעלדן ווי נאר די פלענער ווערן אנטוויקלעט.