גרויסע פראטעסטן אין איראן
יב טבת תשפ"ו 📝
איראן געפינט זיך אין די טעג אין אן ערנסטן קריזיס. פילע פראטעסטן בוזשעווען אין אלע עקן פונעם לאנד. די בירגער זענען פרוסטרירט פון די שרעקליכע אינפלאציע, און בכלל איבער דעם שלעכטן צושטאנד אין וועלכן דאס לאנד געפינט זיך.
די עקאנאמיע פון איראן ליידט זייער שטארק פון די גאר שארפע סאנקציעס. די איראנער וואלוטע, דער ריאל, איז שרעקליך נידעריג. עס האלט שוין היינט אז איין אמעריקאנער דאלאר קען קויפן כמעט איינס און א האלב מיליאן ריאלן, וואס מאכט אז אלעס איז דארט שרעקליך טייער. דאס איז גורם אז געווענליכע בירגער פלאגן זיך ממש פאר א שטיקל ברויט.
אבער נאך שטארקער שפירן עס די געשעפט אייגנטימער. אז מען האט נישט קיין געלט, קויפט מען נישט. דערפאר האבן די ביזנעסלייט זיך ארויסגעלאזט אין ריזיגע פראטעסטן, צו וועלכע נאך פילע שיכטן פונעם פאלק האבן זיך אנגעשלאסן, פאדערנדיג פונדאמענטאלע ענדערונגען אין דער רעגירונג. זיי זאגן אז צוליב די פאליסיס פון די אייאטאלאס נוצט די רעגירונג אויס דעם גאנצן לאנד'ס אוצרות בלויז אויף צו בויען באמבעס, בשעת די אינפראסטרוקטור ווערט מער און מער נאכגעלאזט, און עס אינטערעסירט זיי נישט די סאנקציעס וואס דערשטיקן דעם המון עם.
מאנכע ווילן פארזאגן אז די רעגירונג לעבט אויף געבארגטע צייט, און עס איז בלויז א שאלה פון "ווען" די גאנצע איסלאמישע רעזשים וועט גענצליך צופאלן. אבער די רעגירונג פרובירט מיט אלע אירע כוחות צו האלטן די זאך אונטער קאנטראל, ווען פון איין זייט זענען דא קאנפראנטאציעס צווישן די פראטעסטירער מיט די רעגירונג'ס קרעפטן, און פון דער אנדערער זייט דרוקט די רעגירונג אויס זייער מיטלייד מיט די פראטעסטירער, און זאגט צו צו אדרעסירן זייערע זארגן.
איראן ליידט פון נאך גרויסע פראבלעמען אויסער פינאנציעלע. איראן ליידט פון א גאר ערנסטן וואסער מאנגל, און עלעקטריציטעט איז זייער באגרעניצט.
מיר פון אונזער זייט שטעלן זיך אויך פולקאם צו צו די פראטעסטירער. מיר זאגן פאר'ן אויבערשטן אז דער יצר הרע איז נישט גערעכט. ער טענה'ט אז אונזער עקאנאמיע איז אין דער ערד, מיר זענען בלויז פארנומען מיט נארישקייטן, און מיר זענען נישט אינטערעסירט צו זיין ערליך. רבונו של עולם, עס איז נישט אמת. הער אים נישט אויס. מיר האבן נאר איין רצון, מיר ווילן זיין נאנט מיט דיר. דער זעלבער יצר הרע וואס ווארפט אונז אראפ, ער פרובירט אונז איינצורעדן אז מיר האבן נישט קיין רצון. און דאס איז וואס מיר וועלן אים בשום אופן נישט נאכגעבן. "אין דבר העומד בפני הרצון" זאגט דער הייליגער רבי נתן. קיינער קען אונז נישט שטערן פון 'וועלן'.