די עסקנים פון די יערליכע קאמפיין פאר די הייליגע מוסדות זיצן די טעג און גרייטן זיך צום עפענונג פונעם קאמפיין וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך אין די טעג פון מאנטאג, דינסטאג און מיטוואך פרשת קרח הבעל"ט. מען זיצט אויף מיטינגען און מען ארבעט אויס אלע דעטאלן וויאזוי ארויסצוברענגען די שטערקסטע כחות, און אריינצוברענגען די מערסטע הכנסה פאר די הייליגע מוסדות.
יעצט ביים שרייבן די שורות האלט שוין דער ציפער פון אנשי שלומינו וואס האבן געעפענט א פעידש אינעם קאמפיין ביי 135, און דער נומער גייט ארויף מיט יעדע מינוט דורך פיל אנשי שלומינו וועלכע ווילן האבן די זכיה אז אידן זאלן געבן לכבודם נדבת לבם פאר די הייליגע מוסדות, און מיט דעם ארויסהעלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן די כחות און די מעגליכקייט זיך צו קענען קאנצעטרירן אויף פירן די מוסדות און אריינברענגען די ליכטיגע לימודים אין די גאנצע וועלט, און ער זאל נישט דארפן טראגן די פינאנציעלע עול אויף זיינע פלייצעס וואס רויבט צו די שלוות הנפש און די צייט.
בשם ה' נעשה ונצליח
📰 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א
🔗 דרוקט דא און עפענט אויפ אייער אייגענע "טעים"
💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"
📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"

📅 נעם אנטייל אינעם קאמפיין, א וועלט פון חיזוק