גרויסע ציבור באטייליגטע ביים סעודת הילולא פון רבינו ז"ל אין היכל הקודש וויליאמסבורג
יח תשרי תשע"ח 📝
א הערליכע ציבור פון אנ"ש מיט פילע געסט זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגעם מוצש"ק מוצאי שבת חוה"מ אינעם גרויסן סוכה פון ישיבה תפארת התורה אויף 27 סקילמאן סט. לכבוד די הילולא פונעם רבין ז"ל. א שיינע רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט.
דער ציבור האט זיך צוגעהערט מיט דורשט צו די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט. "וואס הייסט א ברסלבע חסיד? איז דא עפעס א ברסלבע הוט אדער קאפל? פארן קיין אומאן ראש השנה מאכט איינעם פאר א ברסלבער?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט, "דאס אלעס מאכט נישט איינעם פאר א ברסלבע חסיד, פאר קיין אומאן אויף ראש השנה געהערט צו גאנץ גאנץ כלל ישראל, קענסט זיין אין וועלכע חסידות דו ביסט, בלייב מיט די זעלבע לבוש, די זעלבע מאכלים, און די זעלבע מנהגים וואס דיין טאטע האט זיך געפירט. ברסלבע חסידות איז אז זאלסט געדענקען אז דער אייבישטער איז מיט דיר און דו קענסט רעדן צו אים יעדע רגע וואס עס דרוקט דיר נאר…"
דער ראש ישיבה האט אויסגערופן אז "מיר גייען גרינדן א כולל ערב יעדע נאכט, מ'גייט לערנען א שיעור אין גמרא, און עס וועט זיין דארט צוגעשטעלט פיינע טיי, קאווע וכו'" און דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט "יעדע נאכט אנשטאט 'גיין אין ביהמ"ד לערנען...' [וואס דיין ווייב ווייסט זייער גוט אז עס מיינט 'שמועסן מיט חברים' - א ווייב קען מען נישט פאפן...] גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער, און דארט וועט זיין די כולל ערב. נעם ארויס די גרויסע ש"ס וואס דיין שווער האט דיר געקויפט ביי דיין חתונה, און לערן אויפן קול א בלאט גמרא. וויסלט אויך שמועסן מיט איינעם אין כולל? נעם א גלאז טיי אדער קאווע און שמועס מיט דיין ווייב..."
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מוהרא"ש זצ"ל האט געברענט אריינצוברענגען אין אונז די הערליכע הנהגה פון רעדן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך, וואס די וועלט מיינט אז עס באלאנגט נאר פאר יחידי סגולה אדער גרויסע צדיקים. "לעצטענס" האט דער ראש ישיבה פארציילט, "האט מען געהערט פון א גאסט דא אין ביהמ"ד וואס האט פארציילט אז מען האט אונטערגעהערט א געוויסע צדיק ווי ער האט ערב יום כיפור געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל קענען גרינג פאסטן יום כיפור, און אז ס'זאל נישט רעגענען סוכות - ביי אונז", האט דער ראש ישיבה געזאגט "איז דאס פשוטע זאכן, מוהרא"ש זצ"ל האט אריינגעברענגט אין אונז אז מיר זאלן נישט פארשטיין וואס איז די חידוש פון די מעשה? וואס איז דא דא צו פארציילן? - אמאל" האט דער ראש ישיבה פארציילט, "האבן די תלמידים פון רבי פנחס'ל קאריצער זי"ע זיך אונטער געהערט ווי זייער רבי בעט דעם אייבערשטן ביים סוף פון שמו"ע אז זיין ווייב זאל טרעפן א גוטע דינסט, די תלמדים האבן זיך זייער געוואונדערט: 'וואס האט דאס געקענט מיינען?' זיי האבן זיך אנגעהויבן צו טענה'ן וואס דער רבי האט געמיינט, אפשר איז די שכינה געגליכן צו א שפחה אין גלות, אדער גייט עס ארויף אויף כנסת ישראל א.א.וו. און דער רבי האט געבעטן אויף די גאולה - ווען דער רבי האט געהערט ווי זיי טענה'ן זיך ארום האט ער זיי געזאגט, 'מיין רביצין האט זיך מיר באקלאגט אז די דינסטן - די קלינינג גויטעס - האלטן זיך נישט ביי איר, אדער טויגן זיי נישט און זי מוז זיי פארשיקן, אדער טרעפן זיי זיך אנדערע הייזער וואו מ'באצאלט זיי בעסער, און זי פלאגט זיך זייער ארום דערמיט, האב איך פשוט געבעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל טרעפן א גוטע קלינינג גויטע - דאס אלעס." האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "דאס וויל דער רבי פון אונז. אלע צדיקים וקדושים האבן אזוי געטון, ביי די וועלט איז דאס א חידוש, ביי אונז איז דאס פשוט - און וואס זאל מען בעטן דעם אייבערשטן?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט, "פשוט, אלעס וואסט דרוקט מיר".
דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט מיט מעורר זיין אז מ'זאל זיך נישט לאזן נערן, און אנהייבן מעביר סדרה צו זיין יעדע וואך פון זונטאג און זיך נישט פארלאזן אויף פרייטאג. "מוהרא"ש זצ"ל פלעגט דאס דערמאנען ביי יעדע שיעור - וואך איין וואך אויס" האט דער ראש ישיבה געזאגט. "בפרט יעצט ווען מ'האלט ביי די אנהייב לאנגע סדרות און עס קומען די קורצע ווינטער ערב שבת טעג".
דערנאך איז מען ארויף אין ביהמ"ד און געטאנצט לכבוד שמחת בית השואבה מיט א געוואלדיגע שמחה ביז 3:00 פארטאגס. ווען דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער.