מוהרא"ש פלעגט אלע יארן מעורר און מעודד זיין אנשי שלומינו צו לערנען די הייליגע תורה, דאס ערשטע פלעגט מוהרא"ש זאגן איז מעביר סדרה זיין, מקיים זיין די הלכה אין שולחן עורך דורכצוגיין די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום, מוהרא"ש פלעגט אלץ ארויסהייבן די גרויסקייט דערפון, אז חז"ל זאגן אז איז מסוגל צו אריכת ימים, אזוי אויך פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן אז "א וואך וואס מען עס איז נישט מעביר סדרה, וועט מען די קומענדיגע וואך האבן א שאדן", מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מען זאל נישט ווארטן ביז פרייטאג, ווייל נאכדעם איז מען נישט מעביר סדרה, נאר זונטאג זאל מען ענדיגן ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און דינסטאג ביז רביעי, ווי עס ווערט געפסקענט אין שולחן ערוך "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור". אנשי שלומינו זענען שטארק נזהר דערין, און מאכן זיכער איבערצוגיין די סדרה יעדע וואך, און מה טוב ומה נעים מיט רש"י.
 
דערנאך פלעגט מוהרא"ש אלץ רעדן פון די גרויסקייט פון משניות, בפרט אויב מען קען זאגן אכצן פרקים משניות. עס איז נישט געווען קיין שיעור כמעט וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון משניות, ווי עס איז מטהר די נשמה, און איז ווי סטיל וואל, און ברענגט דעם מענטש צוריק צום אייבערשטן. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "א סימן פון א תלמוד היכל הקודש, אז ער טראגט אלץ מיט זיך א קליינע משניות".
 
דערנאך פלעגט מוהרא"ש רעדן פון לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא, מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן דעם שטיקל פון סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו פון גארנישט מורא האבן" אז דאס גייט ארויף אויף א בלאט גמרא. מוהרא"ש פלעגט זאגן "דיין ווייב וויל דיר ארויפקוקן, זינג דיך אונטער דעם בלאט אינדערהיים, וועט זי האבן מיט וואס דיר צו שעצן". מוהרא"ש פלעגט מעודד זיין אז מען זאל נישט קוקן צו מען פארשטייט צי נישט, "זאג דעם בלאט גמרא, דאס וועט דיר באשיצן פון אלעם". מוהרא"ש פלעגט זאגן אז בבלי ירושלמי און תוספתא איז ראשי תיבות "בית", און פלעגט זאגן אז פונקט ווי א מענטש וויל האבן א הויז אויף דער וועלט, אזוי דארף מען זיך איינקויפן א הויז פאר יענע וועלט. און דורכדעם וואס מען לערנט די דריי לימודים בבלי ירושלמי און תוספתא, קויפט מען זיך איין א "בית נצחי" לנצח נצחים.
 
מוהרא"ש האט איינגעפירט א סדר פון א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, און א פרק תוספתא א טאג. די אידן וועלכע לערנען אין כולל יעדן טאג, האבן עס גרינגער געקענט אויספירן, מען האט גענומען א פאק ספרים, א חומש, א משניות, א גמרא, א ירושלמי, א תוספתא, און נאך צוגעלייגט די פילע אנדערע שיעורים פון וואס מוהרא"ש פלעגט רעדן, א רמב"ם, א טור, א שלחן עורך, מדרש רבה, מדרש תנחומה, זוהר הקדוש, תיקוני זוהר, דעם רבינ'ס ספרים, און אזוי ווייטער, אבער פאר אידן וועלכע זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה, פלעגט עס זייער שווער אנקומען, מילא א קליינע משניות, קען מען נאך מיטמענען, אבער וויאזוי קען מען זיך מיטשלעפן א בבלי, א ירושלמי, א תוספתא אויפן באס? וואו גייט עס אריין אינעם טראק?
 
דערפאר איז געקומען דער קרן הדפסה און מיט די הילף פון אנשי שלומינו האבן מען אנגעהויבן צוזאם שטעלן א קונטרס מיט די בלעטער גמרא און פרקים תוספתא פונעם קומענדיגן וואך, שיין מסודר, געפינטעלט, און מען האט עס מפיץ געווען ביי די שיעורים יעדע וואך. יעדע וואך גייט אויס עטליכע הונדער שטיק פון די קונטרסים, פון וואס מען איז זיך מחיה, דער קליינער קונטרס פיט גרינג אריין אין טאש צוזאמען מיטן לאנטש, און אזוי ווען מען האט נאר א מינוט צווישן איין דזשאב און די אנדערע כאפט מען אריין בלעטער גמרא.
 
שפעטער האט דער קרן הדפסה צוגעלייגט א סובסקריבשאן מעגליכקייט, מען רופט אריין צום קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 3, און מען שיקט אפ דעם קונטרס בעזרת השם יעדע וואך אויף די פאסט צו סיי וועלכע אדרעס אין גאנץ אמעריקע.
 
דער קונטרס איז די סייז פון א האלבע פאפיר, אזוי עס זאל זיין "פאקעט סייז", יעצט האט מען צוגעלייגט א פרישע אפציע, אויף די פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו, וואס האבן געבעטן מען זאל עס דרוקן גרעסער אויף א גאנצע פאפיר, אזוי קען מען בעסער לערנען מיט גרויסע אותיות, און מען קען עס נאך אלץ מיטנעמען עס איז נאכאלץ נישט צו גרויס.
 
דערפאר איז אונז א גרויסע שמחה צו מעלדן אז מען קען שוין באשטעלן די "גרויסע בית נצחי" קונטרסים, אויף די פאסט. אויב ווילט איר באשטעלן, רופט 718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער שיקט א טעקסט צו 845-640-1743.
 
אויך קען מען באשטעלן די אנדערע סובסקריבשאנס, ווי עצתו אמונה, קרית ברסלב בלעטל, גליון סיפורי מעשיות אויף די אויבנדערמאנטע נומערן.
 
כי הם חיינו ואורך ימינו
 
📖 תוספתא, דפוס היכל הקודש, מנוקד מיט שיינע גרויסע אותיות