גרויסע שמחה פון סיום מסכת חולין און התחלת מסכת בכורות
ט תשרי תשפ"ז 📝
"לא היו ימים טובים לישראל כט"ו באב וכיום הכיפורים" - זאגן חז"ל. די גמרא פרעגט פארוואס ט"ו באב איז אזא גרויסע יום טוב, אבער איבער יום כיפור איז עס פשוט: דער עצם היום איז מכפר. א מענטש גייט אריין אין דעם יום הקדוש, נעבעך פארשמירט מיט עבירות, און קומט ארויס ריין און ווייס; דאס איז דאך דער גרעסטער יום טוב.
יעצט, ווען מיר שטייען אינעם גרויסן טאג ערב יום הקדוש, וואס קען דען זיין א גרעסערע און בעסערע הכנה ווי אנהייבן א נייע מסכתא? נעכטן שבת קודש איז געווען א גרויסער יום טוב ביי אנשי שלומינו; מען האט געפראוועט יעדער ביי זיך אינדערהיים, אינאיינעם מיט די ווייב און קינדער, א גרויסארטיגן סיום מסכת חולין. מען האט געדאנקט און געלויבט דעם אויבערשטן אז עס זענען דורך איבער 140 טעג וואס מען האט יעדן טאג געלערנט א דף גמרא, וואס האט ארומגענומען דעם גאנצן זומער סעזאן, אריינגערעכנט שבועות, אפשר א וואקאציע, און ראש השנה אין אומאן. עס זענען געווען גרינגערע טעג און שווערערע טעג, אבער דאס לערנען האט אונז דערהאלטן איבערן וואסער, מען זאל חלילה נישט פארשוועמט ווערן פון אלע יסורים און איבערגייעכצער. מען האט זיך אנגעטון א "רעטונג וועסטל" - א "בלעטל גמרא" - און מיט דעם כח איז מען אריבערגעשווימען אלע זיבן וואסערן.
יעצט זענען מיר אנגעקומען צו א פרישע סטאנציע; די באן גייט אזוי פארן פאר צוויי חדשים, מען גייט לערנען די הערליכע מסכת בכורות. היינט ערב יום הקדוש הייבט מען אן דף ב'. מארגן יום הקדוש דארף מען טאקע פאסטן, דער אויבערשטער זאגט "ועניתם את נפשותיכם", אבער די נשמה דארף נישט פאסטן; מארגן וועט מען "עסן" דף ג', און אזוי ווייטער יעדן טאג פון די ימי השמחה פון סוכות און ווייטער.
און אז דער סמ"ך מ"ם וועט קומען מיט זיינע פשטלעך: "איך האב נישט קיין קאפ", "איך האב נישט קיין צייט", "איך האב נישט קיין נערוון". ער וועט טענה'ן אז מילא דער רב, דער דיין אדער דער כולל אינגערמאן, ער קען נעמען א קובץ מפרשים און זיך אריינטאן ראשו ורובו אין די גמרא מיט תוספות, אבער איך קום קוים אן צו זאגן א קאפיטל תהלים. אויף דעם קומט דער הייליגער רבי און איז אונז מגלה אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, אז "אין צריכין בלימוד רק האמירה בלבד" - "מען דארף בלויז זאגן די ווערטער". די אלע וואס האבן זיך איינגעבויגן דעם קאפ און אנגענומען דעם רבי'נס ווערטער בתמימות ובפשיטות, האלטן שוין יעצט נאכן ענדיגן בבלי, ירושלמי, תוספתא, מדרשים, זוהר און תיקונים. אבער די וואס זענען געווען צו קלוג און געזאגט "עס איז נישט ממש אזוי" אדער "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך", זענען נאך ביז יעצט פארנומען מיט קופקעס אין פאליש צי מען האט יא געהאלטן דערפון אדער נישט.
עס איז א שאד די צייט, מען גייט שוין באלד אהיים; וואס וועט מען מיטנעמען מיט זיך? א גאנצע שאנק מיט מאגאזינען און צייטונגען, אדער א ספרים-שאנק פון ש"ס ופוסקים? לאמיר בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן האבן די תמימות צו קענען נעמען דעם רבי'נס ווערטער כפשוטו, דאן וועלן מיר האבן א גוט לעבן בזה ובבא.