גרויסער נס ראטעוועט הונדערטער אידן פון א גרויסע אומגליק רח"ל אין ארץ ישראל

כו שבט תשפ"ה 📝
פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט האט דער אויבערשטער באוויזן גרויסע נסים פאר אידישע קינדער אין ארץ ישראל, ווען עטליכע טעראריסטן האבן געוואלט אויפרייסן פילע באסעס אין די פריע פארמיטאג שעות פון ערב שבת קודש ווען זיי זענען פול מיט פאסאדזשירן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן, און געראטעוועט אידישע קינדער פון דעם גרויסן אומגליק.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען איינער האט באמערקט דאנערשטאג עטליכע מינוט פאר ניין אזייגער אווענט אז עס אזי דא א פעקל איבערגעלאזט אויפן באס, און האט אויפגעמערקט דעם דרייווער וועלכע האט תיכף אראפגעשיקט אלעמען פונעם באס, און עטליכע מינוט דערויף האט דער באס עקספלאדירט אין א גרויסע פייער באל, דאס האט אנגעצינדן אן אלארם ביי די אינסטאנצן וועלכע האבן זיך געיאגט צו אונטערזוכן אלע אנדערע באסעס, און מען האט געטראפן נאך פינף באמבעס וואס זענען אלע געווען אנגעשטעלט צו אויפרייסן ניין אזייגער AM פרייטאג, דער אויבערשטער וועלכע האלט אויף אונז זיין רעכטע האנט, האט געמאכט אז דער רוצח זאל מאכן א טעות און אויף איין באמבע האט ער אנגעשטעלט דעם זייגער אז עס זאל אויפרייסן דעם באמבע 9:00 PM וואס האט אויפגעוועקט אלעמען צו די סכנה, און אזוי האט אונז דער אויבערשטער געראטעוועט. און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן דערפון ב"ה.
מיר זענען מתפלל יעדן טאג "השיבה שופטינו כבראשונה, ויועצנו כבתחלה, והסר ממנה יגון ואנחה" אז דער אויבערשטער זאל שיקן פאר אונז ערליכע מנהיגים געטרייע פאסטוכער, וואס האבן רחמנות אויף זייערע שאף, ווי דער רבי זאגט, אז אזוי ווי ביי משה רבינו, און דוד המלך, און נאך האט דער אויבערשטער זיי אויסגעוועלט אלץ פאסטוך פאר זיינע שאף זעענדיג ווי זיי האבן די מדה פון רחמנות, וואס דאס איז די וויכטיגסטע מדה וואס א מנהיג דארף האבן, ער דארף קוקן מיט רחמנות ווי מיר פלאגן זיך, עס גייט שווער מיט פרנסה, שידוכים, שלום בית, חתונה מאכן די קינדער, און דער צדיק דער בעל הרחמים איז אונז מקרב און געבט אונז עצות, אפעקטיווע עצות וואס העלפט, פראקטישע עצות וואס מיר קענען נאכטון. און דער עיקר רחמנות איז וואס מיר גייען דורך ברוחניות, דער יצר הרע ברענט אין אונז, מיר שפירן נישט קיין טעם אין דאווענען, מיר האבן נישט קיין קאפ און קיין געדולד צו לערנען, קומט דער צדיק און לערנט אונז אויס א וועג, ער כאפט אונז אן און געבט אונז אריין דעם לעפל "עפל סאוס" אין מויל, דאוון און טו מצות אפילו אן געפיל, לערן אפילו אן פארשטיין, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז דאס וועט אונז ארויסנעמען פון אלעם שלעכטס.
און אין די זעלבע צייט בעטן מיר דעם אויבערשטן אז די מלכות הרשעה, מלכות הרצח, מלכות האכזריות זאל שוין אונטערגיין, און מיר זאלן שוין מער נישט ליידן פון די ערב רב אין ארץ ישראל, וואס זוכט נאר איין זאך, אני אמלוך, און אויסרייסן די אמונה פון אידישע קינדער.
אבער מיט דעם אלעם וואס מיר גייען דורך פון זיי דאנקען מיר דעם אויבערשטן "ועל נסיך שבכל יום עמנו", דא האבן מיר געזען דער נס שלא על פי דרך הטבע, ווי די רוצחים האבן זיך געגרייזט און אנגעשטעלט דעם זייגער שלעכט, און דערמיט געראטעוועט זיינע שעפעלעך פון א גרויסע אומגליג רחמנא ליצלן.