גרויסער פייער אין "אגרי סטאר" שלאכט-הויז אין פאסטוויל
טז אב תשפ"ו 📝
א מאסיווער פייער האט אויסגעבראכן דינסטאג אינדערפרי אינעם באקאנטן כשר'ן שלאכט-הויז "אגרי סטאר" אין פאסטוויל, אייאווע, וואס האט ארויסגערופן א ריזיגן עמערדזשענסי-ריספאנס פון פילע פייער-דעפארטמענטן אין די ארומיגע געגנטער.
צענדליגער פייערלעשער האבן געארבעט שעות לאנג צו ברענגען די פלאמען אונטער קאנטראל. ביז דערווייל איז נאכנישט באקאנט די אורזאך פונעם פייער, און די אינצידענט געפינט זיך נאך אונטער אן אויספארשונג.
אגרי סטאר ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע כשר'ע פלייש-פראדוקציע פאבריקן אין דער וועלט, און דינט אלס א הויפט צענטער פאר כשר'ע פלייש-פראדוקטן אין אמעריקע. דער פאבריק שטעלט צו פרנסה פאר הונדערטער ארבעטער, אריינגערעכנט א צאל אידישע פאמיליעס וואס וואוינען אין דער געגנט.
עס איז נאך צו פרי צו וויסן די גענויע מאס שאדן וואס דער פייער האט אנגעמאכט, און צי די פראדוקציע וועט ווערן אפגעשטעלט פאר א לענגערע צייט. מען האפט צו באקומען מער דעטאלן פון די אייגנטומער אין די קומענדיגע טעג.
מיר האפן און בעטן צום אויבערשטן אז קיין שום איד זאל נישט האבן געליטן קיין שאדן פון דעם שווערן אינצידענט, און אז די שוחטים זאלן קענען צוריקגיין צו זייער הייליגער ארבעט וואס שנעלער.
באזונדער האפן מיר אז דער פייער זאל נישט איבערלאזן קיין לאנג-טערמיניגע שאדנס פאר דער כשר'ער פלייש-אינדוסטריע. בפרט בעטן מיר דעם אויבערשטן אז דאס זאל נישט האבן קיין השפעה אויף ארויפשרויפן די פרייזן פון כשר'ע פלייש, יעצט ווען מיר האלטן שוין נישט ווייט פון די הייליגע ימים טובים צו וואס מיר אלע גרייטן זיך מיט גרויס שמחה.
ביי דער געלעגנהייט איז פאסיג צו דערמאנען אנשי שלומינו צו דאנקען דעם אויבערשטן, וואס אין די לעצטע תקופה האט ער אונז מזכה געווען צו האבן פלייש פון אונזער אייגענער שחיטה. דאס איז א געוואלדיגע זאך, וויסנדיג אז די שוחטים לעבן מיט אמונה און יראת שמים; זיי זענען חסידים ואנשי מעשה וואס זענען מדקדק בקלה כבחמורה, טובל'ן זיך אין מקוה יעדן טאג, דאווענען מיט מנין, לעבן מיט התבודדות און רעדן יעדן טאג צום אויבערשטן, און זענען מומחים אין זייער הייליגער ארבעט.
דער אויבערשטער זאל העלפן, אז אין זכות פון זייער מסירת נפש צו צושטעלן כשר פלייש פאר כלל ישראל בהידור רב, זאל זיי דער אויבערשטער אפהיטן פון יעדן שאדן, און זיי זאלן ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זייער עבודת הקודש.