יעצט, ווען מען גרייט זיך אויפן הייליגן יום טוב שבועות, ווערט פונקט א יאר זינט מען האט באנייט דעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל.
 
עס איז אריבער א הערליכע יאר אינעם נייעם גרויסן שול, ווען די גאנצע אלטע שול איז געווארן די עזרת נשים, און מען האט פארברייטערט דעם בית המדרש מיט פילע הונדערטער זיצן, א גרויסע געשמאקע מקוה מיט אסאך שויערס, ברייטע לאביס, און אלע אנדערע צוגעהערן.
 
אזוי אויך גייט די עבודה אינעם בית המדרש אן ביתר שאת, מיט א טעגליכע כולל בוקר וואו צענדליגע אידן – זקנים ונערים, קינדער פון חדר, בעלי בתים וואס ארבעטן שווער על המחיה, כולל אינגעלייט, מלמדים וכלי קודש, טייערע בחורי חמד און אלעס אינצווישן – פילן אן די פילע זיצן טאג-טעגליך. עס איז א דערקוויקעניש צו זען ווי אלע זיצן און לערנען פלייסיג אין די פריע פארטאגס שעה'ן, נוצנדיג די צייט ווען דער קאפ איז נאך קלאר זיך אנוצופילן מיט די זיסע ווערטער פון חומש, משניות אדער גמרא, וואס גיט דעם ריכטיגן טאן פארן גאנצן טאג.
 
דערנאך גייען אן די סדרי המנינים גאר שיין; יעדע שעה שטעלט זיך א פרישע מנין פונקטליך אין די צייט בסייעתא דשמיא. נישט קיין חילוק ווען מען קומט אן, איז שטענדיג דא א מנין וואס הויבט זיך אן אינערהאלב עטליכע מינוט.
 
האלטנדיג ממש נאכן יום טוב ל"ג בעומר וואס איז אפגעהאלטן געווארן אינעם שטעטל, ווען מען האט געהערט פון די עזרת נשים אז עס זענען נישטא גענוג בתי כסאות, האבן די גבאים אונטערגענומען אין די טעג בוי-ארבעט צו צולייגן נאך בתי כסאות, כדי עס זאל זיין גענוג פארן ריבוי עם וואס ווערט ערווארטעט בעז"ה במשך דעם קומענדיגן יום טוב.
 
אזוי אויך גרייטן די גבאים צו אלע געברויכן פארן ציבור אין בית המדרש, אריינגערעכנט א ברייטן קידוש נאכן דאווענען פארן גאנצן עולם ביידע טעג - סיי דעם ערשטן טאג, און סיי דעם צווייטן טאג שבת קודש. ווי אויך קויפט מען איין פרישע סידורים, תהלימ'ס און חומשים, נאכדעם וואס דער יעצטיגער באשטאנד קומט נישט נאך דעם גרויסן פארלאנג וואס ווערט ערווארטעט אויף יום טוב.
 
עקסטער טוט מו"ה אייזיק אפעל הי"ו זיך אפגעבן מיט די בלומען; ער איז אקטיוו אין די יעצטיגע טעג אויפצובויען א שיינע חופה, און אנגרייטן הערליכע בלומען לכבוד התורה פארן באלעמער און פארן ארון הקודש, וואס וועט זיכער צוגעבן צום געשמאקן יום-טוב'דיגן אטמאספער.