מען גרייט זיך צו א פרישע זוממער סעזאן אויף די בערג
ו תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו
אזוי ווי אלע יארן פארט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס מיט די בחורים אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו מען קען זיין אפגעזונדערט פון די שטאטישע גאסן, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן תורה ותפילה און יראת שמים.
דאס יאר איז געפלאנט אז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די בחורי הישיבה וועלן זיך אויפהאלטן זוממער אין שטעטל אזוי ווי פארגאנגענעם יאר, דאס איז א ספעציעלע זכיה פאר די איינוואוינער פונעם שטעטל, וואס קענען מיטהאלטן פונדערנאנט די שיעורים און תפלות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און וועלן מיטהאלטן די שיעורים און תפלות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט איז באקאנט דער שיעור התחזקות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט, וואס דעמאלטס קומען צו פארן פילע אידן פון נאנט און ווייט, צו הערן אביסל ווארימע ווערטער און זיך דערכאפן דאס הארץ, און זיך דערמאנען א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשעפער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און וואס מ'דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים.
די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר חומש, משניות און גמרא, און מיט דעם טוט מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו ראש השנה, וואס איז שוין אט אט דא.
די ישיבה קטנה בחורים וועלן פארברענגען זוממער אין א קעמפ וואס איז ספעציעל אפגעדונגען געווארן פאר זיי, וואס דאס וועט זיכער זיין גאר א גרויסע תועלת, און וועלן מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אריינכאפן אסאך פסוקים חומש פרקים משניות און בלעטער גמרא, און אזוי אויך אלע גוטע מדות ומעשים טובים וואס די חשובע מגידי שיעור שליט"א לייגן אריין אין זיי.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, מען וועט זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראת שמים.
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!