גאר פרייליכע נייעס קומט אריין פון די אפיסעס פון "קרן הדפסה היכל הקודש" אז אין געציילטע וואכן גייט מען שוין ענדיגן דעם מקח אויפן נייעם בנין, אויף וואס מען קוקט שוין אזוי שטארק ארויף פאר די לעצטע האלבע יאר, כדי צו קענען מרחיב זיין גבולי הקדושה ביתר שאת וביתר עז.
 
יעצט אז מען האלט שוין ברוך השם דא, בעט מען אנשי שלומינו זאלן אנטקעגן קומען די עסקנים פון "קרן הדפסה" און געבן פאר דעם גרויס צדקה, ווייל עס פעלט נאך ארום הונדערט טויזענט דאלער צו קענען שליסן דעם דיעל.
 
אין דעם בנין וועט מען מיט אייבערשטנ'ס הילף נאך אסאך מער פארברייטערן די הייליגע ארבעט פון דרוקן פאר פארשפרייטן די הייליגע ספרים. יעצט האט מען די איינמאליגע געלעגענהייט צו קויפן א זכות אין דעם בנין, און די אלע הפצה אקטיוויטעטן וואס וועלן ארויסקומען פון דעם נייעם בנין וועט גיין אויף אייער זכות.
 
פארן פארן קיין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן א בריוו ווי ער בעט אנשי שלומינו אנטייל צו נעמען אין די קויפן דעם בנין, אט איז אויסצוגן פון דעם בריוו:
 
"הודו לה' כי טוב אז מיר זענען אריין אין קאנטראקט צו קויפן א גרויסער בנין פאר קרן הדפסה היכל הקודש, וואו מען וועט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ליכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט.
 
איך בעט אייך אלע, נעמט א חלק אין די מצוה; זייט א שותף אין די הייליגע ארבעט.
טייערע חברים תלמידי היכל הקודש, נעמט א חלק אין די גרויסע ירושה, נעמט א חלק אינעם נייעם בנין לקרן הדפסה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט.
 
מוהרא"ש שרייבט אפאר טעג פאר זיין הסתלקות: איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל' זיבעציג טויזנט בריוו,  בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל,   יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה"
 
רופט אריין און נעמט א שותפות אינעם בנין Ext 103 718-387-2691



פתח לנו שער בעת נעילת שער! 
 
💳 מען קען זיך משתתף זיין אנליין דא
📰 א הערליכע בראשור צום קאמפיין "המזכים" לטובת דעם בנין פון קרן הדפסה
🤡 גרייט אייך אויף פורים מיט ברסלב סענטער