גרייט זיך ריכטיג צו צו קבלת התורה מיט'ן "קרן הדפסה"
ו אייר תשפ"ו 📝
אין די יעצטיגע טעג, ווען מיר גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב שבועות – זמן מתן תורתינו, טוט זיך לעבעדיג אין די גרויסע זאלן פונעם אמונה-פאבריק, דער קרן הדפסה. מען איז שטארק פארנומען מיט די ארבעט אנצופילן דעם דורשט פון טויזנטער אידן וואס זוכן חיות און התחזקות. די געטרייע מפיצים קומען כסדר אפנעמען פרישע פעק מיט ספרים און קונטרסים, און זענען מפיץ די הייליגע ווערטער צו יעדן איד באשר הוא שם. עס הערן נישט אויף צו קומען גוטע גרוסן פון אלע זייטן פון אידן וואס זענען זיך מחיה מיט די הייליגע ספרים.
געלויבט דעם אויבערשטן אז די קונטרסים און ספרים ווערן צעכאפט דורך יונג און אלט. די מפיצים דערציילן מיט התרגשות וויאזוי אידן כאפן יעדן פרישן ספר וואס מען דרוקט; בפרט די ספרים וואס רעדן פונעם זמן וואו מען שטייט, אויף וואס עס איז דא א גאר גרויסער פארלאנג, וויסנדיג אז אין די הייליגע ספרים וועלן זיי טרעפן דאס וואס זיי זוכן – צו געפינען דעם אויבערשטן אינעם טאג-טעגליכן לעבן.
דאס יאר זענען דא פרישע חידושים אינעם דרוקעריי:
קונטרס "מתן תורה": צום ערשטן מאל דרוקט מען דא אין אמעריקע דעם באקאנטן קונטרס "מתן תורה" אויף לשון הקודש. מען דרוקט עס איבער מיט א פרישן שיינעם אויסלייג און א געשמאקן פראכטפולן דעקל.
ספר "אוצר ל"ג בעומר": דער ספר איז פריש איבערגעדרוקט געווארן מיט א הערליכן דעקל, כדי אידן איבער די וועלט זאלן זיך קענען געהעריג גרייטן צום גרויסן טאג ל"ג בעומר.
חודש אייר מאיר ושמח: עס איז אויך צוגעקומען א הערליכער קונטרס "חודש אייר מאיר ושמח", וואס איז געשריבן געווארן מיט א גאר געשמאקן טאלאנט דורך הרה"צ ר' יצחק לעסער שליט"א פון יבנאל.
הפצה קארטלעך: מען דרוקט כסדר א גרויסן אויסוואל פון "הפצה קארטלעך". יעצט לכבוד ל"ג בעומר האט מען אנגעגרייט א גרויסן סטאק פונעם פאפולערן קארטל "לעבט מיט רבי שמעון", וואס די מפיצים פארשפרייטן איבעראל.
די אלע פעולות זענען נאר א קליינער חלק פון דער גרויסער אפעראציע וואס קומט ארויס פונעם "קרן הדפסה" אויף א טעגליכן פארנעם. "קרן הדפסה" איז דער אדרעס פאר יעדע סארט הפצה וואס מען קען נאר טון – זאל עס זיין די וועבסייט, האטליין, אויסגאבעס, און אזוי ווייטער. אלעס ווערט געטון מיט'ן ציל אז נאך א איד זאל געדענקען אז ער קען אויך לעבן מיט'ן אויבערשטן.