"ראש כל שנה ושנה, ציווה להתקבץ על ציונו אומנה, שומרים זאת תלמידיו, מדי שנה בשנה להתראות לפניו, שוברים על זה מניעות עצומות" (יעדן ראש השנה, האט ער געהייסן מיר זאלן קומען צו זיין ציון קיין אומאן, אלע תלמידים פאלגן עס, און צוברעכן דערויף גאר גרויסע מניעות) אזוי שרייבט רבי יצחק ברייטער אין זיין שיר "שיר ידידות", און דאס טוט טאקע באגלייטן יעדן ברסלבער חסיד אין די גאנצע וועלט, צו מקיים זיין דעם רצון פון הייליגן רבין צו קומען צו אים אויף ראש השנה, ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט "הראש השנה שלי עולה על הכל", און שוין פון אנפאנג יאר גרייט מען זיך צום גרויסן נסיעה, ווי דער רבי וועט אונז מתקן זיין אונזער נשמה.
 
אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין אין גרויסן, בפרט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו פאריגע וואך "מיר זענען געזיצן אינאיינעם מיט נאך אינגעלייט, העניך, יואל הכהן, און שמעון עוזר פון ירושלים, ער איז דא צוגאסט, מיר זענען איבערגעגאנגען די פרייזן פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה. מיר וועלן בעטן א בעט אויף די העכסטע שטאק זיבן הונדערט דאלער, אזוי זאלן אנשי שלומינו, די וואס זענען גרייט צו גיין פיר שטאק - קענען האבן פאר גאר ביליג, אויך האבן מיר געמאכט אז אויב מען ברענגט א קינד און מען נעמט נישט קיין באזונדערע בעט - קומט צו נאר הונדערט דאלער פארן קינד, און אויב מען וויל שלאפן מיט צוויי קינדער אין איין בעט - איז נאר נאך צוויי הונדערט דאלער, די דריטע שטאק וועט זיין א בעט פאר טויזנט, און די ערשטע וועט זיין פאר דרייצן הונדערט דאלער."
 
דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער "איך וויל קלארשטעלן די מטרה פון אונזער פלאץ אין אומאן, מיר זענען נישט קיין האטעל, מיר שטעלן נישט צו וואס מען שטעלט צו אין האטעל, מיר שטעלן צו זייער פשוט, און די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה וועט זיין נאך מער פשוט. מיר זוכן נישט צו זיין ווי א האטעל, איך פרוביר צו מאכן דאס בעסטע פאר אנשי שלומינו זאלן זיין אינאיינעם, אויך די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן בקדושה ובטהרה, איז אז מען וויל קומען אין אונזער בנין - זאל מען נישט ערווארטן וואס מען געבט אין האטעל."
פארגאנגענעם ליל שישי האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו דערוועגן און געזאגט מען דארף זיך שוין גרייטן צו אומאן תשפ"ה, מען דארף אנגרייטן געלט, און בעיקר אנגרייטן תפילות, יעדער זאל זיך מאכן א פושקע אינדערהיים וואס זאל שטיין דערויף "אומאן קודש קדשים" און אויב האסטו נישט וואס אריינצולייגן דארט, לייגט דארט אריין נאך תפילות און נאך תפילות, און זאג "רבונו של עולם פון וואו וועל איך האבן געלט דא אריינצולייגן".
 
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה