ביי ברסלב'ע חסידים דריידט זיך די גאנצע יאר ארום ראש השנה, דאס איז געווען די גרעסטע זאך ביים רבי'ן, ווי ער האט אויסגעדרוקט, "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן". דער רבי האט אמאל געזאגט, "גלייך נאך ראש השנה, בייג איך שוין צו די אויער און איך הער שוין דעם שמש קלאפן אויפ'ן פענסטער צו וועקן צו סליחות".
 
דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין מחזק אז ס'איז צייט אנצוהויבן טראכטן פון אומאן ראש השנה, זיך צוגרייטן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז אנשי שלומינו פלעגן האבן א פושקע ביי זיך אינדערהיים, מ'האט אויפגעשריבן דערויף "קודש קדשים" און דאס האט מען באשטימט פאר אומאן, אין לויף פונעם גאנצן יאר האט מען יעדן טאג אריינגעווארפן עפעס געלט אין די פושקע, אז ווען ס'וועט קומען נענטער צו ראש השנה זאל מען האבן צו צאלן אויף די שפעזן.
 
תפלה - די ערשטע זאך דארף מען זיך צוגרייטן מיט תפלה. ברסלב'ע חסידים האבן אלץ געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו יעדע זאך, בפרט ווען מען וויל פארן צום הייליגן רבי'ן, איז נאר מיט אסאך תפלה, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, שוין פון אנהויב יאר הויבט מען אן אוועקלייגן תפלות אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.
 
פאספארט - עס איז נישט כדאי צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט, בעסער זאל מען שוין איבערקוקן מאכן אז די פאספארטן - פון זיך און פון די קינדער - וועלן נאך זיין גילטיג אויף ביז נאך ראש השנה הבעל"ט. אויב נישט זאל מען שוין יעצט זיך אפגעבן דערמיט, עס באנייען אדער מאכן נייע, אז דאס זאל נישט זיין קיין אפהאלט אויף די נסיעה.
 
בעטן - ווי דער ערפארונג האט געוויזן קען דער בנין נישט אריינעמען דעם גאנצן ציבור אנשי שלימינו, מיטן בעסטן ווילן קען מען פשוט נישט נאכקומען די וואוקס בלי עין הרע. ווי שוין געמאלדן האט מען שוין אנגעהויבן צו פארדינגען בעטן אינעם בנין פארן קומענדיגן יאר ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט. די פרייז איז טויזענט דאלער א בעט. צוליב דעם וועט מען היי יאר אויך נישט קענען האלטן קיין חזקות. נאר עס וועט גיין אויף די סדר פון כל הקודם זכה, ביז דער בנין ווערט אנגעפילט.
 
צימערן - אזוי ווי דער ציבור פארמערט זיך יעדעס יאר קע"ה, וועט מען מער נישט צוזאמשטעלן צימערן פאר'ן עולם, נאר יעדער צווישן זיך וועט זיך צוזאמשטעלן צימערן און עס איינמעלדן פאר די ממונים. אין יעדע צימער איז דא 8 בעטן, אנשי שלומינו וועלן זיך אפשמועסן צווישן זיך מיט וועמען זיי ווילן זיך צוזאמשטעלן אין איין צימער, און אויב די גאנצע צימער איז אויסגעצאלט, וועט מען דאס קענען אריינגעבן פאר'ן וועד הבנין, אזוי וועט מען בעז"ה רעזערווירן צימערן אנשטאט בעטן.
 
עירליין טיקעטס - לויט די פידבעק וואס מען האט געהערט פונעם צוביר איבער די סערוויסעס וואס "פלען איט רייט" האט פאריאר צוגעשטעלט, ארבעט מען איבער די פלענער וואס וועט זיין דאס בעסטע פאר היי יאר. פארשידענע אפציעס זענען אויפן טיש, בעזר השם האפן מיר צו מעלדן גאר בקרוב, וואס עס איז געבליבן. מען בעט דעם ציבור זאל מתפלל זיין אז מען זאל אלעס קענען אויסארבעטן על צד היותר טוב.
 
צו רעזערווירן א צימער קען מען רופן  347-452-1936
 
וכל הקודם זכה