מען גרייט שוין אן דאס פלאץ פאר'ן גרויסן שאטער "אהל הרחבת הדעת" אין אומאן
כט תמוז תשפ"ד 📝
עס קומען אריין פרישע אפדעיטס פון אומאן, צוערשט דארף מען באגריסן דער נייער חבר ההנהלה פון די אומאן קאמיטע, דער ראש ישיבה שליט"א האט אריינגעלייגט דעם באליבטן מלמד מומחה הר"ר ישעי' איידיס שליט"א ער זאל צושטיין צו די האנט פון די אנדערע חברי הנהלה וועלכע געבן זיך אוועק איבער די כחות, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט הר"ר ישעי' שליט"א קענען צוגעבן זיינע טאלאנטן און צוהעלפן צו די פילע פלענער וואס דער ראש ישיבה שליט"א פלאנט צו מאכן אין אומאן.
ווי שוין געמאלדן, וועט מען בויען א שאטער "אהל הרחבת הדעת" נעבן דעם בנין, יעצט קומט אריין אז מען האלט שוין ב"ה אינמיטן אויספלאסטערן די ערד ווי דער גרויסער טענט וועט ווערן אהערגעשטעלט. דער טענט וועט ווערן פלאצירט ממש הארט נעבן דעם יעצטיגן בנין צו לינקסד, דארט ווי דער טרעילאר איז געווען ביז יעצט.
דער ריזיגער שאטער וועט ווערן געבויט אויף א פערמענאנטע וועג אז מען זאל עס קענען האלטן אויף די קומענדיגע יארן, מען מאכט א געהעריגע שטארקע פלאר פון אייזן און צעמענט, און דערויף וועט מען לייגן פעסטע אייזענע פרעימס וואס וועלן ווערן אינסטאלירט אויף א גאר דויערהאפטיגן אופן, (אזוי ווי שיינער), און יעדעס יאר נאך ראש השנה וועלן נאר די ווייניל ווענט און דאך ווערן אראפ גענומען, צוליב וואס דאס קען זיך נישט האלטן פון יאר צו יאר אין די רעגנס און שנייען פון אוקריינע.
ווי שוין באריכטעט, זענען די הוצאות פונעם טענט געספאנסערט געווארן דרוך וואויל באקאנטן "רענט קאמפיין" וואס האט זיך אונטער גענומען דעם גרויסן הוצאה כדי צו געבן הרחבת הדעת פאר'ן ראש ישיבה און פאר אנשי שלומינו, וויילענדיגן אין אומאן אויף ראש השנה.
דער טענט וואס וועט טראגן דעם נאמען "אהל הרחבת הדעת" וועט זיין ריזיג גרויס, די זעלבע מאס ווי דער היכל הבית המדרש, וואס וועט אויפטון זייער אסאך זאכן. דער בית המדרש בלייבט בית המדרש, און בשעת'ן דאווענען גרייט מען אן די סעודות, און נאכן עסן דארף מען בלויז אויפרוימען, און די אויסשטעלן אינעם טענט בלייבט ווי א סעודה, און דער בית המדרש וועט מען קענען נוצן במשך די גאנצע צייט אין אומאן צו לערנען און דאווענען מיט הרחבת הדעת.
אין די וואכן טעג וועט די טענט גענוצט ווערן פאר פילע זאכן אין די זעלבע צייט, עס וועלן קענען פארקומען עטליכע מנינים שחרית מנחה אדער מעריב, און אויף די אנדערע זייט וועט מען קענען עסן פרישטאג מיטאג אדער נאכטמאל, אזוי אויך וועט די חדר נוצן דעם טענט במשך דעם טאג פאר די קינדער.
אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר די געטרייע עסקנים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר'ן הייליגן צוועק צו העלפן אנשי שלומינו וויילן ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן.