זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו, נאך דעם וואס עס גייען שוין אן מיטן איייבערשטנס הילף צוויי תלמודי תורה היכל הקדוש ארץ ישראל מיט א געוואלדיגע הצלחה, די ערשטע אין ירושלים עיה"ק און די צווייטע אין עיה"ק טבריה, האט מען מיט סייעתא דשמיא געעפענט די דריטע תלמוד תורה אין ארץ ישראל, יעצט איז געקומען די רייעם אויפן עיר התורה והחסידות בני ברק.
 
דער תלמוד תורה וועט ווי די אנדערע תלמודי תורה היכל הקודש שטיין בנשיאות פונעם ראש ישיבה, וואס וועט האלטן פאר די אויגן די ציל צו לערנען מיט די קינדער פון אנשי שלומינו אין בני ברק די ריינע אמונה, אז זיי זאלן אויפוואקסן פון די פריסטע יוגענט וויסענדיג אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט זיי, און מען קען אלץ אלעס בעטן פון אים. דא וועט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויפצוען תלמידים וואס וועלן ליב האבן דעם אויבערשטן, און וועלן וויסן אז דער אויבערשטער הט זיי ליב, זיי וועלן בס"ד אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו די מצוות, און שפירן די חשיבות פון יעדע פשוטע מצווה.
 
די תלמוד תורה וואס געפונט זיך אויף רחוב מרים הנביאה עפענען אירע טירן בעזרת השם די וואך דאנערשטאג פרשת שופטים א' דר"ח אלול הבעל"ט.  דער ראש ישיבה שליט"א האט אהערגעשטעלט א געוואלדיגע געלונגענע סטעף דער געטרייער גבאי פונעם בית המדרש און בני ברק הר"ר אבא חייא רייזמאן שליט"א, הר"ר נחמן יצחק רעכניצער שליט"א, בראש פונעם מנהל הר"ר יצחק פאפענהיים שליט"א.
 
די חדר האט ארויסגעשיקט בריוו צו אלע עלטערן ווי מען ערקלערט דער ציל פונעם חדר, די סדר היום ווען מען קומט און מען גייט, דער סדר הלימודים, סיי פון די אינגערע קינדער און פון די עלטערע קינדער, און אויסגעפירט מיט די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע אינעם הייליגן ספר "אוצר חינוך הילדים" איבער די וויכטיגקייט צו ארבעטן אינאיינעם מיטן מלמד צו רעדן און איבערשמועסן מיט אים וואס דאס איז א וויכטיגע יסוד צו מצליח זיין אין חינוך פון די קינדער, און מיטן בעטן די עלטערן זאלן אריינלייגן פילע תפילות אז מען זאל טאקע מצליח זיין אין די הייליגע עבודה פון מחנך זיין ערליכע דורות אויפן וועג ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט.
 
אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך געטון (שיחות הר"ן סימן רט)