גריסן פון אנשי שלומינו אין קאנאדא
יג כסלו תשפ"ד 📝
וואס טוט ביי אונזערע ברודער אין מאטריאל און טאהש אין קאנאדע? מיר האבן געכאפט א שמועס מיטן גרויסן מפיץ הר"ר שלום אלי' אינדיג שליט"א היינט זונטאג, בשעת ער איז געווען פארנומען גיין אויף הפצה, און געהערט פון אים שיינע גריסן פון אנשי שלומינו אינעם צפון חלק פון די אמעריקאנע קאנטינענט.
ווי ער פארציילט אונז קומען זיך אנשי שלומינו צוזאם יעדע ליל שישי אין שטוב פון הר"ר שמואל לייב פעלבערבוים הי"ו אין קרית טאהש ווי מען האלט מיט א לייוו הוקאפ פונעם שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מען איז זיך מחזק מיט די הייליגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז דולה ומשקה מתורתו של מוהרא"ש זי"ע.
ווי ער געבט אונז איבער גייט אן די הפצה מיט'ן גאנצן קנאק און אנשי שלומינו אינעם קאלטן קאנאדע זענען זייער ווארעם ווען עס קומט צו הפצה, און טראץ וואס דער סמ"ך מ"ם קריצט מיט די ציין און לייגט אונטער פיסלעך ווי נאר ער קען גייט מען הפצה אין אלע געגענטער ווי עס וואוינען ערליכע אידן, זאל עס זיין חסידיש, ליטוויטש, מאדערן אדער קרית טאהש. ברוך השם אז עס קומען כסדר צו פרישע מקורבים אין מאנטריאל, און מען האפט אז בקרוב וועט מען קענען מאכן א באזונדערע צוזאם קום אין מאנטריאל מיט צו האלטן די ליל שישי שיעור, אזוי אז אויך די אידן אין מאנטריאל זאלן זיך קענען דערווארימען אינעם פייער פונעם הייליגן רבין וואס טליעט און ברענט מיט יעדן טאג אלץ שטערקער און שטערקער.
אויך זאגט ער אונז אז יעדע וואך ווערן געדרוקט דורך אנשי שלומינו לאקאל עטליכע הונדערט גליונות וואס ווערט פארשפרייט דורך עטליכע מפיצים אין צענדליגע שולן, אויך שיקט די קרן הדפסה יעדע שטיק צייט ווען עס מאכט זיך א שליח, פעקלעך פון ספרים, קונטרסים וואס די מפיצים פארשפרייטן צווישן אידישע קינדער אין קרית טאהש, מאנטריאל און טאראנטא.
אזוי אויך קומט מען זיך כסדר צוזאם צו די יארצייטן ביי אנשי שלומינו ביי וועלכע מען חזר'ט איבער די לעכטיגע עצות און חיזוק, צי זאל עס זיין חול המועד סוכות ביים יארצייט פון הייליגן רבין, אדער עשרה בטבת ביים יארצייט פון הייליגן רבין נתן, אדער י"ז שבט ווען עס פאלט אויס די יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט אריינגעברענגט דעם הייליגן רבין אור אינעם הייטיגן אור, און האט זיך מוסר נפש געווען אז אויך מיר זאלן קענען לעבן טאג טעגליך מיט די עצות וואס העלפן אונז דינען דעם אויבערשטן.
אנשי שלומינו אין מאנטריאל דאנקען דעם אויבערשטן אויף די חסדים ווי ווייט מען איז אנגעקומען ביז יעצט, און מען איז ווייטער מתפלל אז מען זאל ווייטער קענען פארשפרייטן דעם רבי'ן אור פאר נאך אידישע קינדער, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה.