גרענטס געמאלדן פאר אנשי שלומינו פארזאמעלט אין אנשי חיל הויפטקווארטיר אין הורליוויל ארט סענטער
יט אב תשפ"ג 📝
אין די מינוטן האבן זיך געעפענט די טירן אינעם שיינעם הורליוויל ארט סענטער אויף 219 מעין סט. (הורליוויל ניו יארק 12747) אין די ליבערטי געגענט ווי אנשי שלומינו קומען צו פארן אין די מאסן זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן. דער צענטער איז אויסגעשטאט מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס פארן אפעראציע, עס איז דא צוגעשטעלט פילע קאמפיוטערס, טעלעפאנען, איבערבייס, טשארדזשערס.
דער באקאנטער סאונד עקספערט ר' יואל גרינפעלד פון קריתיואל האט אויפגעשטעלט סקרינס אויף אלע זייטן, ווי מען קען מיטהאלטן לעבעדיג די קאמפיין פארשריט, אזוי אויך האט ער אהערגעשטעלט א גוטע סאונד סיסטעם וואס וועט גענוצט ווערן שפעטער פארן אינהאלטספולע און אינטערעסאנטע פראגראם וואס וועט נאכפאלגן.
אין די יעצטיגע מינוטן זיצן פילע אנשי שלומינו ארום די פילע טישן און רופן אן זייערע אלע קרובים און באקאנטע וואס רוב רובם נעמען אויף זייער שיין, און שפירן א זכיה צו קענען באשטייערן פאר די היליגע מוסדות וואס ווערט געפירט דורכן ראש ישיבה. אלע זענען זיך מחי' מיט די פעולות פונעם ראש ישיבה, אלע שעפן זייער חיות פון די דרשות, ספרים, און ניגונים פון די ישיבה, וואס אלע האבן דעם זעלבן ציל צו דערמאנען אידישע קינדער אז דער אויבערשטער איז מיט זיי, און עס איז דא האפענונג.
כאטש דער קאמפיין האלט שוין ביי איבער $530,000, איז דאס נישט דער עיקר חידוש פון דעם קאמפיין. דער עיקר חידוש פון דעם קאמפיין איז דער סכום פון די נדבנים. ווי דער הייליגער מוהרנ"ת האט געזאגט מיר בויען נישט מיט געלט פון עשירים, נאר אויף רצונות פון ארימעלייט, און פרוטה און פרוטה מצטרת פון די כמעט 10,000 נדבנים האט זיך צוזאם געזאמעלט דער סכות פון איבער א האלבע מיליאן דאלער, און גייט ווייטער אין פולן שוואונג.
מיט דעם געלט וועט מען ווייטער בויען אידישקייט, חינוך, כשרות, חסד, הפצה, און ברענגען אידישע קינדער צום אויבערשטן אויף יעדע וועג נאר מעגליך.
יעצט ביים ענדיגן שרייבן קומט אריין די געוואלדיגע נייעס איבער די גרענטס וואס די פעסט בוילט פירמע פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו שטעלט צו פאר די וואס טרייבן יעצט אויף געלט פארן קאמפיין. די אלע וואס קומען אריבער צום הויפטקווארטיר פון די אנשי חיל קאמפיין אין די שעה'ן, ווען זיי גרייכן $1,000, וועט פעסט בוילט צושטעלן מעטשיג דאלער צו דאלער ביז זיי גרייכן $2,500, און די זעלבע זאך ווען מען האלט ביי $3,500 ביז $6,000 וועלן זיי צושטעלן מעטשינג פאנדס.
ברסלב דרייוו קאמפיין