גרעניץ קריזיס שטרענגט איבער די רעגירונג אין אמעריקע
יא חשון תשפ"ד 📝
אן ערנסטע דעבאטע גייט אן אין אמעריקע שוין עטליכע יאר איבער אימיגראציע, גרעניץ זיכערהייט, און אומלעגאלע אימיגראנטן, בשעת די קאנסערוואטיווע שרייען אז מען קען נישט צולאזן אזא הפקרות, א זאך וואס איז נישטא אויף די גאנצע וועלט אז די גרעניצן זענען ממש אפן און ווער עס וויל קען קומען, און די וואס מ'כאפט באקומען בסך הכל א טאג אין געריכט אויף עטליכע יאר שפעטער, ווען אינצווישן זיצן זיי אויף די קאסט פון די רעגירונג און שטייער צאלער וואס שטעלט זיי צו אש"ל אין פינף שטערנדיגע האטעלן פאר געשוואלענע בילס.
אויף די אנדערע זייט פון די מטבע שרייען די פראגרעסיוון אז אמעריקע איז א לאנד פון אימיגראטן און רחמנות, און מען מוז ארויסווייזן מיטגעפיל מיט די מיטגעמאכטן מענטשן וואס קומען פון ארימע און קארופטירטע לענדער פון וואו זיי אנטלויפן אויס זארג פאר זייער לעבן, און בסך הכל דארף מען זיי אויפנעמען און מכניס אורח זיין.
ווער געדענקט נישט ווי טראמפ פלעגט שרייען מען גייט בויען די שענסטע גרעסטע און בעסטע וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא וואס מעקסיקא גייט באצאלן די ביל דערפאר, זאגענדיג אז די גרעניץ שוואכקייט ווערט אויסגענוצט דורך געלט גייציגע גענגס אריינצוברענגען קיין אמעריקע דראגס און געווער, און נאר די מאפיא באנדעס האבן ריווח פון די אומבאשיצטע גרעניצן.
יעצט ווען כאמאס האט דורכגעפירט זייער בארבארישע אקציע פארגאנגענעם שמחת תורה האט מען אנגעהויבן צו הערן פרישע רופן פון די רעכטע לאגער אז מען דארף האבן בעסער באשיצטע גרעניצן, אזוי אויך הערט מען אין ניו יארק סיטי ווי די אפענע שטאט ניגון וואס דער מעיאר עריק עדעמס פלעגט זינגען טוישט זיך צו א "מיר קענען עס שוין מער נישט דערהייבן" א נוסח וואס ער זינגט לעצטענס זייענדיג איבערגעשטרענגט פון די פילע געלטער וואס דאס קאסט אפ פאר די סיטי, און האט אנגעהויבן ארויסווארפן אימיגראנטן פון די סיטי שעלטערס אויב זענען זיי שוין דארט מער פון זעכציג טעג. אזוי אויך האט ער אנגעהויבן זאגן אז מען וועט אנהייבן אויפצושטעלן געצעלטן ווי מען וועט פלאצירן די אימיגראטן נאכדעם וואס עס איז שוין מער נישטא וואו זיי צו לייגן.
אין קאווע שטיבל קען מען הערן ווי מענטשן רעגן זיך "אונזער געלט גייט צו באצאלן פאר די אימיגראנטן!", קודם כל וויל איך דיר בארואיגן, דיין געלט קומט נישט אן צו די אימיגראטן, דיינע טעקסעס זענען געגאנגען צו די טאליבאן און אלע מיליטערישע עקוויפמענט וואס אמעריקע האט דארט איבערגעלאזט...
אבער נאך מער פון דעם, אמעריקע איז נישט אונזער, מיר זענען דא געסט, און די סיבה פארוואס מיר זענען דא איז ווייל דא לאזט מען אונז דינען דעם אויבערשטן, אידן זענען אהער אנגעקומען זוכנדיג שוץ פון די אלע רדיפות אין אנדערע לענדער, און זענען געקומען צו דעם מלכות של חסד ווי מען וויל איין זאך, דינען דעם אויבערשטן און טון זיין רצון.
מיר זענען נישט קיין דעמאקראטן, אדער רעפאבליקאנער, נישט קיין לינקע און נישט קיין רעכטע, די וועלט קען אנגיין אן דעם וואס מיר טראגן אירע דאגות, מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר זענען אידישע קינדער וואס דער אויבערשטער האט אונז אראפ געשיקט אז מיר זאל "קעיר נעמען" פון אונז אליינס, מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן לערנען אביסל יעדן טאג, דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות, ברענגען ברויט אין שטוב, און זיך אפגעבן מיט די שטוב די ווייב און קינדער כדי מיר זאלן קענען ערציען אונזערע קינדער צו אהבת ה' און יראת ה'.