גרעסערע שטייער בענעפיטן פאר ניו יארקער גרויסע משפחות
ג שבט תשפ"ו 📝
"אהוי, נאך א בעיבי נאך א בעיבי, נאך א בעיבי נאך א בעיבי, נאך א אינגל נאך א מיידעלע." פאר אידישע קינדער פעלט נישט אויס צו אונטערקויפן מען זאל זיך פרייען מיט יעדע קינד וואס קומט אראפ אויף דער וועלט. ביי אונז רופט מען א גרויסע משפחה "א קינדער געבענטשטע" פאמיליע. די גרעסטע ברכה ביי אונז איז זוכה צו זיין אראפצוברענגען נאך א נשמה'לע אויף דער וועלט. דאס איז נישט ווייל די רעגירונג טיילט מוציאס לויט די קינדער, דאס איז ווייל אזוי קען מען מפרסם זיין דעם אויבערשטנ'ס נאמען אויף דער וועלט. מען איז מחנך די קינדער צו וויסן אז איין באשעפער האט באשאפן די וועלט, און נאר צו אים קען מען זיך ווענדן.
אין די וועלט וואס לעבט נעבעך נישט מיט קיין צדיק, מען לעבט נישט מיט'ן אויבערשטן. דער שכן אדער דער צייטונגס שרייבער איז דער וואס איז קובע וואס איז שיין, און וואס איז מיאוס, וואס איז גוט און וואס איז שלעכט. דארט קוקט מען נעבעך אן ווי א "נעבעך" דער וואס דארף "נעבעך" אויפציען אזוי פיל קינדער, זיי וואונדערן זיך "אויף וועמענ'ס חשבון?!", אבער עס איז א שאד יעדע ווארט זיך צו טענה'ן מיט זיי. בשעת מיר לעבן יעדן טאג אזא שיינע לעבן מיט א ווייב און קינדער.
און וויבאלד "יעדער" קוקט אן קינדער ווי א זאך וואס שטערט הנאה צו האבן פונעם לעבן, זעט מען ווי אין דער אלגעמיינער וועלט, האט מען קוים חתונה, און ווען שוין יא איז עס ביי די דריי און פערציג, און מען האט איינס און א האלב קינד מיט א דאגי. דאס איז גורם אז די מערב וועלט פאפולאציע שרינקט כסדר מער און מער, און די רעגירונגען זענען עובד עצות, וויאזוי מען קען מוטיגן מענטשן צו האבן קינדער.
איינע פון די וועגן וואס זיי האפן וועט העלפן, איז "קינדער געלט". פילע מערב וועלט לענדער געבן גרעסערע סכומים געלט פאר משפחות מיט קינדער, אין א פרואוו צו שטופן מענטשן צו אויפבויען משפחות.
דאס ברענגט אונז צו די היינטיגע נייעס. אז די איינוואוינער פון ניו יארק סטעיט וועלן לויטן פלאן באקומען גרעסערע סכומים קינדער געלט אין פארם פון שטייער קרעדיטס אין די קומענדיגע חדשים. פאר אסאך משפחות, בפרט קינדער געבענטשטע פאמיליעס, קען דאס זיין א שטיקל הילף בסייעתא דשמיא אין א צייט ווען זאכן זענען טייער.
דאס זענען די בערך'דיגע שטייער בענעפיטן וואס מען קען ערווארטן:
פעדעראלע קינדער שטייער קרעדיט (Child Tax Credit)
די וואס צאלן שטייערן, קענען צוריקבאקומען א מאקסימום פון $2,200 פער קינד (אונטער 17).
$1,700 דערפון איז ריפאנדעבל (דאס מיינט מען באקומט עס אפילו מען צאלט נישט קיין שטייערן בכלל).
פעדעראלע אוירנד אינקאם טעקס קרעדיט (EITC)
די מאקסימום האט זיך אביסל געהויבן דאס יאר:
• ביז $8,231 פאר משפחות מיט דריי קינדער אדער מער.
• $7,316 פאר צוויי קינדער.
• $4,427 פאר איין קינד.
• $664 אן קיין קינדער.
ניו יארק סטעיט - עמפייער סטעיט טשיילד קרעדיט
$1,000 פער קינד אונטער 4 יאר.
$330 פער קינד צווישן 4 און זעכצן יאר.
דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ער שיקט שליחים אויף פארשידענע וועגן, מען זאל קענען לעבן מיט הרחבה און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.
צוזאמען מיט די נייעס דארף מען צולייגן א ווארענונג צו זיין וואכזאם, ווייל אין דער זעלבער צייט זענען ליידער דא מענטשן וואס גייען ארום, ספעציעל צו אינגעלייט וואס האבן נאך נישט גענוג ערפארונג, און זאגן זיי צו גאלדענע גליקן, און שלאגן פאר "שנעלע אינוועסטמענטס" מיט "זיכערע פראפיטן" פון וואס מען קען "שנעל ווערן רייך". און דאס איז מעשים בכל יום אז מענטשן ווערן איבערגערעדט און געבן ארויס זייער אפגעשפארטע געלט, און טרעפן זיך דערנאך נקי מכל.
וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון מיט די געלט. די ערשטע זאך איז אפצוצאלן חובות. דער רבי האט געזאגט אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד ווען מ'איז שולדיג געלט פאר א צווייטן. דערנאך דארף מען באצאלן דאס וואס מ'דארף אין שטוב, רענט, שכר לימוד, געבן מעשר אדער א חומש פאר צדקה. דער חלק געלט איז די בעסטע אינוועסטמענט. אז מען שטעקט איין דאס געלט צו דרוקן הייליגע ספרים וואס זענען מפרסם אמונה, אויב מען לייגט אריין דאס געלט אין א תלמוד תורה און א סקול וואו מען איז מחנך דעם קומענדיגן דור צו דינען דעם אויבערשטן, די ריווח וואס מען נעמט ארויס דערפון בלייבט לנצח נצחים. נאכדעם אויב בלייבט נאך אלץ איבער עפעס, לייג עס אריין אין די "אומאן" ענוועלאופ. פארוואס זאלסטו דארפן בארגן און לעבן מיט א דאגה פון חובות? ענדערש לייג עס אוועק אויף די טיקעט און די בעט צו פארן צום רבי'ן און וועסט אזוי ארום זיין א גאנץ לעבן מיט'ן רבי'ן און זיך דערמאנען צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן חסד אז ער האט אונז איבערגעלאזט א צדיק וואס פארשטייט צו אונז, און קען אונז צוריק ברענגען צום אויבערשטן.
און נישט פארגעסן צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גשמיות'דיגע שפע וואס ער געבט אונז א גאנץ יאר. ער געבט אונז א ווייב, קינדער, א הויז און עסן, און אזוי אויך א טעקס ריטורן.