איז דא אן אפמאך צווישן אמעריקע מיט איראן?
כט סיון תשפ"ו 📝
בעת מיר שרייבן די שורות קומען אריין פרישע באריכטן - וואס זענען נאך דערווייל נישט אינגאנצן קלאר - אז נאך לאנגע חדשים פון דיפלאמאטישע געפעכטן און פארהאנדלונגען, האט מען מעגליך דערגרייכט א געוויסע פארשטענדעניש צווישן די צוויי פיינטליכע מדינות, אמעריקע און איראן. לויט ווי מען הערט יעצט, זעט אויס אז אן אפיציעלע אונטערשריפט וועט מעגליך נאכפאלגן אין די נאענטע טעג אויף א נייטראלן שטח אין שווייץ.
עס האנדלט זיך דא איבער א דיעל וואס ווערט אנגערופן א "מעמאראנדום פון פארשטענדעניש" (MOU), וואס דאס דינט אלס אן ערשטע שריט צו בארואיגן די געמיטער, כדי צו געבן די נויטיגע צייט אויסצוארבעטן א פולשטענדיגן און מער דעטאלירטן אפמאך.
כאטש די באריכטן זענען נאך שטארק פארנעפלט, זאגט מען אז די הויפט פונקטן פונעם פלאן זענען ווי פאלגנד: איראן וועט זיך מחייב זיין נישט צו פראדוצירן אדער באקומען קיין נוקלעארע וואפנס. אמעריקע וועט זיך צוריקהאלטן פון ארויפשטעלן פרישע עקאנאמישע סאנקציעס, און געוויסע עקזיסטירנדע באגרעניצונגען וועלן נאכגעלאזט ווערן, וואס דאס וועט ערלויבן צו באפרייען די פארפרוירענע איראנישע געלטער. דער וויכטיגער וואסער-דורכגאנג, דער "סטרעיט אוו הורמוז", וואס דינט אלס איינע פון די קריטישסטע אויל-רוטעס אויף דער וועלט, וועט געעפנט ווערן פאר אינטערנאציאנאלע שיפן. ביידע זייטן וועלן באקומען א צייט-אפשניט פון צוויי חדשים צו פארהאנדלען איבער די שאלות פון בארייכערן אוראניום און בכלל איבער איראנ'ס נוקלעארע אינפראסטרוקטור.
די גאנצע וועלט האלט יעצט ביי א מצב פון העכסטע אנגעצויגנקייט און שפאנונג. די סיבה פארוואס די גרויסע וועלט-מאכטן קענען בשום אופן נישט צולאזן אז איראן זאל אנטוויקלען אן אטאם-באמבע, איז צוליב די שרעקליכע חורבנות וואס נוקלעארע וואפן ברענגט מיט זיך. ס'איז א כלי משחית וואס איז פשוט צו מאכטיג; עס קען חרוב מאכן און פארניכטן טויזנטער מענטשן אויף איין קלאפ, און דאס ערגסטע דערפון איז – אז עס קוקט נישט אן קיין שום חילוק צווישן א מיליטערישע טארגעט און אומשולדיגע ציווילע בירגער. אין א נוקלעארע מלחמה ליידן אלע אינאיינעם, ה"י.
טייערע איד, לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין: כאפט איר וואס דא קומט פאר? פארוואס גייט איר אמאל ארום מיט אן אראפגעלאזטע נאז? איר ניצט דאך די שרעקליכע "נוקלעארע וואפן"! יעדער וואס שטייט נעבן אונז ליידט דערפון. צדיקים האבן שוין געזאגט אז א פנים פול מיט עצבות איז ממש א "בור ברשות הרבים".
פארוואס האסטו טענות צום באשעפער? פארוואס קוקסטו אויף דיין שכן אדער אויף דיין שוואגער? עס דאכט זיך דיר אז ביי זיי איז אלעס גלאנציג און נאר דו ביסט דער וואס מאכט מיט? קודם כל, וואס ווייסטו דען באמת וואס יענער גייט אריבער? נאר ווייל ער שמייכעלט און עס זעט אויס ווי אלעס פארט אים כשורה? ער טוט זייער גוט! גיי דו אויך ארום מיט א שמייכל פון אויער צו אויער! אויב יענער וועט קוקן אויף דיר, וועט ער אויך פלאצן פאר קנאה... אבער לאמיר רעדן אפן: קענסטו נאר זיין פרייליך אויב דו ווייסט אז יענער מאכט מיט שבעה מדורי גיהנום? אמתדיג?! פארגינסטו טאקע נישט פאר א צווייטן איד עס זאל אים גיין גוט?
דער רבי לערנט אונז אויס דעם ריכטיגן מהלך אין לעבן: הייב אן קוקן בלויז אויף דיר אליין, וועסטו גלייך זען די געוואלדיגע חסדים און נפלאות וואס דער באשעפער טוט מיט דיר יעדע רגע און יעדע מינוט. אז מען לעבט מיט אמונה און שמחה, פעלט שוין גארנישט אויס מער אין לעבן!
דו קענסט שוין רואיג אונטערשרייבן א "מעמאראנדום פון פארשטענדעניש" מיטן רבונו של עולם; לייג אוועק די שעדליכע נוקלעארע וואפנס פון עצבות, מרה שחורה און קנאה, און לאז זיך ארויס אין א טאנץ פון שמחה – וואס דארפסטו דען מער ווי דעם אז דו ביסט געבוירן א איד!
פאר קאמענטארן און הערות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו: askgershon@gmail.com.