פון: גרשון קרעמער
 
אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט א גרויסע פרייד און התרגשות צום גרויסן סיום הש"ס וואס וועט געפראוועט ווערן אי"ה אין בערך א האלב יאר ארום. עס איז אונז א גרויסע שמחה צו מעלדן אז מען הייבט שוין אן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף די ערשטע הכנות צום גרויסן סיום הש"ס וואס די גאנצע קהילה וועט פראווען אינאיינעם.
 
לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער גרויסער מעמד סיום הש"ס אפגעראכטן ווערן, אם ירצה השם, מאנטאג פאר שבועות (פרשת נשא אין ארץ ישראל), ב' סיון הבעל"ט – אין די וואך פאר יום טוב שבועות – אינעם גרויסן "אטריום זאל" אין מאנסי, וואו אלע אנשי שלומינו זענען געלאדנט זיך מיטצופרייען אינאיינעם מיט די חשוב'ע מסיימים, אנשים, נשים וטף.
 
ווי אלע אנשי שלומינו ווייסן, איז לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג איינע פון די שטארקסטע יסודות וואס מוהרא"ש זי"ע האט אונז שטענדיג מעורר געווען דערויף. מוהרא"ש האט כסדר מחזק געווען יעדן איד, יונג און אלט, נישט אויסצולאזן קיין איין טאג אן לערנען דעם טעגליכן בלאט גמרא, און לערנען מסכת נאך מסכת ביז מען איז זוכה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מסיים צו זיין גאנץ ש"ס. ברוך השם האט די קהילה היכל הקודש שוין זוכה געווען די לעצטע צוויי מאל צו פראווען ריזיגע און אומפארגעסליכע סיומי הש"ס, וואו הונדערטער אידן מיט זייערע משפחות האבן זיך מיטגעפריידט מיט אן אמת'ער שמחה של מצוה בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
אין די לעצטע תקופה, אינאיינעם מיט דעם וואס מ'רוקט זיך שוין ב"ה נענטער און נענטער צום גרויסן סיום הש"ס פונעם יעצטיגן מחזור, הערן זיך כסדר פארשידענע שמועסן ביי פילע געלעגנהייטן, סיי אויף די פאפולערע "קול ברסלב" ליניע און סיי אין אנדערע פלעצער, וואו מ'האט דורכגערעדט און אויסגעשמועסט די פלענער וויאזוי מ'זאל דאסמאל פראווען דעם גרויסן מעמד הסיום.
 
ס'זענען אויפגעקומען פארשידענע פארשלאגן; טייל האבן געוואלט מ'זאל נאכאמאל מאכן א גרויסן מעמד אין א האטעל אזוי ווי פאריגע מאל, אנדערע האבן געקלערט אז אפשר וואלט געווען בעסער צו מאכן קלענערע סיומים אין יעדע געגנט באזונדער, און נאך אנדערע האבן געהאלטן אז מ'זאל זיך אלע צאמנעמען אינאיינעם אינעם שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי.
 
למעשה האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז מ'זאל זיך אלע צאמקומען אינאיינעם – אנשים, נשים וטף – צו איין גרויסן און געהויבענעם מעמד סיום הש"ס, וואס וועט פארקומען קומענדיגן מאנטאג פאר שבועות אינעם ריזן "אטריום זאל" אין מאנסי. דער דאזיגער טאג, ב' סיון, איז דער טאג ווען מ'ענדיגט מיט'ן אויבערשטנס הילף דעם לעצטן בלאט פון גאנץ ש"ס, בלויז עטליכע טעג פאר זמן מתן תורתינו – וואס דאס איז די בעסטע הכנה פאר קבלת התורה.
 
די עסקנים באטאנען אז דאס איז נאך בלויז דער סאמע אנהייב פון די הכנות: דערווייל האט מען בלויז רעזערווירט דעם דאטום און דעם זאל, און אין די קומענדיגע חדשים וועט מען בעז"ה אויסארבעטן אלע פילע פרטים און דעטאלן פונעם גרויסן מעמד.
 
אין די זעלבע צייט איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז ס'לוינט זיך נישט צו ווארטן קיין אהאלב יאר אנצוהייבן ש"ס, און אפילו נישט קיין חודש, און אפילו נישט קיין איין איינציגן טאג. אויב דו ליינסט דעם ארטיקל אינמיטן מסכת ערכין, ווארט נישט ביז מ'ענדיגט די מסכתא; אויב האלט מען היינט ביי דף ו', הייב אן גלייך ביי דף ו', און דיין סיום הש"ס וועט זיין איבער זיבן מיט א האלב יאר ארום ביי ערכין דף ה'. ס'איז נישטא גארנישט וואס זאל האלטן א איד העכער די כוואליעס פון די "מים הזידונים" פון די וועלט אזוי ווי א בלאט גמרא.
 
א בלאט גמרא - דאס איז מיין לעבן!
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.