שאלה: יעצט אום זומער זעה איך די קערטפילער ווערים ארום קריכן, און איינער האט מיר געזאגט אז דאס ווערט שפעטער א באָטערפליי (פלאַטערל), איז עס אמת? אויב יא וויאזוי ארבעט עס?
 
ענטפער: עס איז א געוואלדיגע נפלאות הבורא צו צו באטראכטן ווי דער זעלבער מיאוסער קערטעפּילער, וואס מאנכע אויב מען טרעפט עס אויף זיך וועלן זיי אויפשפרינגען מיט אפשיי; וועט שפעטער פארוואנדעלט ווערן אין א הערליכער באטערפליי, וואס איז א פאפולערע אויסוואל צו באצירן, און איז ווי א סימבאל פון נאטור, רואיגקייט, און צופרידנהייט.
 
דער באטערפליי הייבט אן זיין לעבן אין אַן איי. נאך בערך צען טעג קריכט ארויס דערפון א פיצעלע קערטיפילער ווארעם, וואס לעבט אויף בלעטער. עס פארמאגט א מויל מיט ציינער. און עסן אסאך בלעטער און גראז מכל הבא ליד. ווייל אין דעם קומענדיגן חודש אדער צוויי, וואקסן זיי זייער שנעל, זיי ווערן בערך צוויי דריי מאל אזוי גרויס ווי ווען זיי זענען געבוירן.
 
ווען זיי זענען שוין גענוג ערוואקסן, איז צייט ארויפצוגיין א כתה, מען גרייט זיך צו ווערן א "פּופּע" (אדער "גולם"), ער זוכט זיך אויף א גוטע פלאץ אויף א בוים ווי ער דורכגיין דעם פראצעס צו פארוואנדעלט ווערן אין א באטערפליי, ער בינדט זיך צו צום בוים דורך א פאדעם וואס ער פאבריצירט, און נעמט זיך ארום מיט א "שטיבעלע" וואס ער הענגט אראפ פונעם בוים, און אינעוויינג דארט וועט ער דורכגיין א טויש מקצה אל הקצה, ער גייט אריין אלץ א מיאוסער ווארעם, און אינעווייניג ווערט ער ממש צולאזט ווי א רינעדיגע זופ, און דער אויבערשטער מאכט אז נאך עטליכע טעג הייבט ער זיך אן צוריק אויסצופארמען, אבער אלץ א נייע בריאה, עס וואסקן ארויס פון אים הערליכע שיינע פליגלען, און ווען עס קומט די צייט, שפאלט ער אויף שטייטעלעך זיין שטיבלע און רייסט זיך ארויס דערפון.
 
ווען איינער זעט א רייפע פּופע און זעט ווי דער פרישער געווארענער באטערפליי פלאגט זיך ארויס צו קומען, זאל ער נישט רחמנות האבן און אים צוהעלפן, אויב וויל ער אים נישט הרג'ענען, דער שטאפל פון ארויסקריכן שטארקט זיינע מוסקלען, און העלפט אים וואקסן ער זאל קענען לעבן און ווערן אליינס א טאטע אדער מאמע צו קינדער.
 
ווען אונזערע קינדער מוטשען אונז "טאטי יעדער פון מיין קלאס האט אזא און אזא כלי, אלע טאטעס לאזן קוקן ווידיאס און פלעיס, פארוואס נאר איך נישט", זענען דא מענטשן וואס האבן רחמנות אויף זיי. עס זעט אויס ווי נאכגעבן איז רחמנות, און זאגן פאר זיי "עס איז נישט אונזערע געשעפטן וואס אנדערע טוען" זעט אויס ווי אכזריות. אבער מיר ווילן אז די קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות. די מחנכים זאגן אז קינדער וואס וואקסן אויף מיט ווידיאס און ווידיא געימס זענען געדעמעדזשט. עס שאדט פאר זייערע מוחות, מען זעט ווי זיי גייען ארום ווי אין א שאטן.
 
ווען דער באטערפליי איז שוין אינדרויסן וועט ער בלייבן אויפן בוים מיטן קאפ אראפ ווען אויסצוטרוקענען זיינע פרישע נאסע פליגלען כדי צו קענען פליען דערמיט. און נאך עטליכע שעה פליעט אוועק צו זיין נייע לעבן אלץ ערוואקסענע פלאטערל. יעצט פארמאגן זיי נישט קיין מויל מיט ציינער, זיי פארמאגן נאר א זויגעדיגע שטרוי מויל. און ער לעבט יעצט אויף בלומען נעקטאר, זאפט פון ביימער און פרוכט. ביי דעם שטאפל ווערן זיי עלטערן צו קינדער, זיי לייגן אייער, וואס פון דעם וועט ווייטער ארויסקומען די קומענדיגע דור פון שיינע באטערפלייס.
 
מיר וועלן אויך רחמנות האבן אויף אונז און אויף אונזערע קינדער און פאלגן וואס די צדיקים זאגן, און ארויסווארפן אלע טעכנאלאגישע כלים וואס מען קען טון דערוף און זען דערויף זאכן וואס אפילו אויב זיי זענען אזוי גערופן כשר, זענען זיי אבער נישט גוט פאר זיי. און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועלן זיי אויפוואקסן געזונטע טאטע מאמע פאר זייערע קינדער.
 
האט איר א שאלה? שיקט צו askgershon@gmail.com.