גרשון קרעמער
 
עס איז נאך נישט דורכגעגאנגען אזויפיל צייט זינט די קאוויד-פאנדעמיע, אז מען זאל שוין פארגעסן די צומישטע טעג. אבער צווישן אלע נעמען וואס האבן דעמאלטס ארויסגעשטארט אין די נייעס, איז איינער דאס מערסטע ארויסגעשטאנען – דאקטער אנטאני פאוטשי.
 
"דאקטער פאוטשי זאגט אז עס איז גארנישט", "פאוטשי זאגט אז מען דארף אנטון מאסקעס", "פאוטשי פארלאנגט צו פארמאכן די מוסדות און בתי מדרשים" – אזעלכע סטעיטמענטס האט מען געהערט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אין יענע תקופה; ווען איין סטעיטמענט האט זיך סותר געווען מיט'ן צווייטן, און א דריטער איז פשוט געווען אפגעהאקט פונעם מציאות.
 
די רעאקציעס זענען געווען גאר פארשידנארטיג, אבער איין זאך איז געווען זיכער: אז מען דארף זיך בייזערן. טייל האבן געהאלטן אז מען דארף נאכקומען יעדע רעגירונגס-אנווייזונג – "דינא דמלכותא דינא" האבן זיי געשריגן, אפילו ווען דאס האט געמיינט פארמאכן בתי מדרשים און מוסדות. דערמיט האבן זיי ארויסגעוויזן זייער עמי הארצות, נישט וויסנדיג וואס דער פראז 'דינא דמלכותא דינא' באדייט באמת. אנדערע זענען געבליבן אביסל מער ניכטער און געטענה'ט: "מען מוז גיין אין קאורט קעגן דאקטאר פאוטשי, ער טרעט אויף רעליגיעזע רעכטן."
 
בשעת די וועלט איז געווען פארנומען מיט פחד, צעמישעניש און אומזיכערקייט, האט דער ראש ישיבה געהאט אנדערע דאגות. ער האט בעיקר מחזק געווען אנשי שלומינו מיט אמונה און בטחון. אין זיינע בריוו האט ער כסדר געבעטן אז יעדער זאל קומען אין ישיבה און אין בית המדרש, וואו "מען טיילט צו עסן פאר יעדן וואס איז הונגעריג". אין יענע טעג זענען אויך ארויסגעקומען די הערליכע קאראנע-ניגונים און שיעורים, וואס ברענגען נאך אריין חיזוק און האפענונג אין אומצאליגע אידישע הערצער ביזן היינטיגן טאג. בפרט איז עס געווען ווי לופט צום אטעמען אין א צייט ווען פילע מענטשן זענען געווען איבערגענומען מיט פחד, איינזאמקייט און פארלוירנקייט.
 
ווער וועט קעיר נעמען פון פאוטשי? דאס איז נישט אונזער דאגה. דער אויבערשטער פירט די וועלט, און סוף גנב לתליה. מיט די יארן זענען ארויסגעקומען די אלע דריידלעך און שמוציגע טאקטיקן וואס דער "דאקטאר" האט גענוצט צו רייטן אויף זיינע "אונטערטאנען" דורכאויס די פאנדעמיע, און דער קאנגרעס האט דורכגעפירט פארשידענע אויספארשונגען.
 
יעצט איז דאקטער פאוטשי ערשינען פאר דער היימלאנד זיכערהייט קאמיטע אין סענאט, וואו סענאטאר רענד פאול האט אים אויסגעפרעגט איבער זיינע שריט דורכאויס די קאוויד-תקופה. פאוטשי האט גלייך ביים אנהייב פונעם פארהער דערקלערט אז ער גייט זיך באנוצן מיט זיינע רעכטן אונטערן פינפטן אמענדמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, און ער האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן אויף יעדע שאלה מיט די טענה אז ער וויל נישט אז זיינע אייגענע ווערטער זאלן שפעטער גענוצט ווערן קעגן אים.
 
סענאטאר פאול איז געווען זייער בייז דערויף און געזאגט אז פאוטשי קען זיך נישט פשוט אפזאגן פון ענטפערן פאר א קאנגרעס-אויספארשונג, און ער האט געווארנט אז זיי וועלן באטראכטן וועלכע לעגאלע שריט מען קען נעמען קעגן אים.
 
פאר אונז איז פאליטיק נישט מעלה און נישט מוריד. די לעצטע פאר יאר האבן אונז דערמאנט ווי שנעל מענטשן, מומחים און רעגירונגען קענען זיך טוישן. א איד ווייסט אז נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ער איז דער איינציגער אויף וועמען מען קען זיך באמת פארלאזן.
 
וואס עס בלייבט אונז איבער איז צו געדענקען אז דער נעכטן איז שוין פארביי, מארגן איז נאך נישט דא, און היינט קען מען לעבן מיט'ן אויבערשטן און אים דינען מיט שמחה. לאמיר אוועקווארפן אונזערע דאגות און זיך פארלאזן אויפ'ן אויבערשטן, דאן וועלן מיר בעז"ה געראטעוועט ווערן פון סיי וועלכע פאניק און פארלוירנקייט.
 
השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך.
 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.