מיט צען יאר צוריק ווען דער מנהל פונעם ברסלב'ער תלמוד תורה, הרב מרדכי אינדיג הי"ו, האט אפגעטייפט אפאר שיינע שטיקלעך פון רבינ'ס ווערטער אויף א גליון, האט ער נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט דאס וועט דערגרייכן.
עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט, ביז די גריסן האבן אנגעהויבן צוריק צו קומען, מענטשן - ברסלב'ע חסידים און אלגעמיינע חסידישע אידן פון אלע קרייזן און שטעט - האבן זיך זייער צוגעכאפט דערצו ווי א דורשטריגער צו קאלטע וואסער, מענטשן גלייכן זייער די פשוטע שפראך פונעם גליון, מען ליינט מיט אינטערעסע די געשמאקע עצות און חיזוק, און מען גרייט זיך צום שבת טיש מיט די שיינע תורות אויף די פרשה מיט א למעשה'דיגער מוסר השכל.
דער געדאנק אז שולן לייגן ארויס גליונות פון פילע קהילות איז שוין דאן געווען א שטארק אנגענומענע זאך, און עס האבן תיכף אנגעהויבן אריינצוקומען בקשות פון פארשידענע קהלות קדושות אז מען זאל עס ברענגען אויך ביי זיי אין בית המדרש.
אזוי האט זיך אנגעהויבן די הפצה פון די גליונות. א הפצה וואס האט נישט זיינ'ס גלייכן, א הפצה וואס האלט שוין אן פאר איבער צען יאר אָן אפשטעל. יעדע וואך, יעדע יום טוב, ערשיינט דער גליון אנגעפילט מיט א רייכער תוכן און שיינע שפראך, און איז מחיה און מחזק צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט בלי שום גוזמא.
היינט צו טאגס ווערט דער גליון געדריקט אין טויזנטער קאפיעס, און אזוי אויך ווערט עס צושיקט פאר צענדליגע טויזנטער אימעיל אדרעסן איבער די גאנצע וועלט, אזוי אויך ווערט עס איבערגעטייטש און געדרוקט יעדע וואך אין דריי שפראכן, אין אידיש, לשון הקודש און ענגליש, און אידן איבער די וועלט מאכן גוזמאות פון קאפיעס וואס ווערט דערנאך אראפ געלייגט אין לאקאלע שולן, יעדער אין זיין שטאט און געגנט.
די מפיצים זענען זיך מחיה מיט די גליונות, זאגנדיג אז דאס איז פון די גרינגסטע זאכן מפיץ צו זיין, ווייל ווי שוין דערמאנט, זענען גליונות אין שולן א זייער אנגענומענע זאך, און רוב שולן האבן גליונות פון פילע קהילות קדושות בישראל, און די מפיצים זאגן אז אויב זיי פארפאסן נאר איין וואך פון לייגן די גליונות אין זייערע קביעות'דיגע שולן באקומען זיי תיכף נאך שבת א רוף פון די גבאים "וואו ביסטו געווען? מען האלט אין איין זוכן דעם ברסלבער גליון!".
היינט צו טאגס באשטייט דער גליון פון די פאלגענדע שיינע קאלומס: "א ווארט אויף די פרשה", ווי עס ווערט געברענגט קורצע שיינע געדאנקען, וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די פרשה, חיזוק אויפן טאג טעגליכן לעבן. "מוהרא"ש דערציילט" ווי מען ליינט גאר אינטערעסאנטע שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע, יעדע וואך אויף אן אנדערע ענין באגלייט מיט גאר אינטערעסאנע עובדות און סיפורים. ביים ווינקל ערשיינט א קורצע קעסטל "א גוט ווארט" דארט ווערט געברענגט א קורצע און אינספרירינדע ווערטער וואס ערוועקט דעם אידישן נשמה - ארויסגענומען פון "עצתו אמונה". אויפן צווייטן זייט וועט געווענליך זיין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף אן אקטועלן ענין, און אויפן דריטן זייט אן אינטערעסאנטע שאלה אויף למעשה געוואנדן צום ראש ישיבה שליט"א, מיט א וואונדערליכע תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט דעם שואל אין זיין פראבלעם און ווייזט אים דער וועג וויאזוי ארויסצוגיין פון זיין פראבלעם און וואס צו טון על פי תורה. דערנאך קומט דער קאלום "די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבי'ן" וואס לויפט שוין איבער הונדערט וואכן, ווי עס ווערט דערציילט אין קורצן דאס לעבן פון הייליגן רבי'ן און אלץ וואס איז אויף אים אדורך, ארויסגענומען פון ספר "פעולת הצדיק". דערנאך אויפ'ן לעצטן זייט ערשיינט דער רובריק "נייעס אינערהאלב מוסדותינו הקדושים" וואו עס ווערט באריכטעט אין קורצן די לעצטע נייעסן און אפדעיטס מהנעשה והנשמע אין די הייליגע מוסדות.
מען קען זיך איינצושרייבן צו באקומען דעם גליון (אזוי אויך די אנדערע גליונות, "עצתו אמונה", "קרית ברסלב בלעטל", "בית נצחי", "גליון סיפורי מעשיות") יעדע וואך אויף די פאסט קען מען דעם קרן הדפסה אויף 718-387-2961 עקסטענשאן 3 אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org.
אין א פרייליכע אנטוויקלונג, איז יעצט צוגעלייגט געווארן די אפציע אז גבאים און מפיצים וואס ווילן באקומען א גרעסערן קוואנטום פונעם בארימטן גליון היכל הקודש צוגעשיקט יעדע וואך צום טיר פאר א גאר א מינימאלער אפצאל, קענען יעצט רופן דעם קרן הדפסה אויף 718-387-2961 עקסטענשאן 102, ווי מען וועט זיך קענען איינשרייבן.
פאר בלויז $2.99 א וואך וועט מען באקומען 5 גליונות צום טיר, און 10 גליונות פאר בלויז $3.99, 50 גליונות פאר בלויז $11.99, און 100 גליונות פאר בלויז $21.99. רופט אריין 718-387-2961 עקסטענשאן 102 און שמועס איבער אייער ספעציפישער געברויך, און מען וועט אייך בעז"ה צופרידן שטעלן על צד היותר טוב בעזרת השם יתברך
📜 דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אויף ענגליש
📜 דער גליון פון שטעטל לעבט אויף דעם שבת טיש
📰 סובסקריבשאן ספעשל: באקומט 4 וואכן דעם גליון בחנם

📰 "קרית ברסלב בלעטל" גרעסער און שענער