אין שטעטל גייט אן דער בארימטער חסד צענטער "בית התבשיל" וואס אפערירט מיט פילע אקטיוויטעטן, און העלפט ארויס אנשי שלומינו אויף פילע וועגן. טייל זענען באקאנט, אבער רוב רובם פון די האלב מיליאן דאלער בודזשעט ווערט אויסגעגעבן שטילערהייט אן קיין פרסום.
 
נישט מער פון עטליכע טעג צוריק האבן אלע בייגעוואוינט דער לעצטער ריזיגער חלוקה אינעם נייעם בנין אויף רעדקליף, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט בהרבחה פון אלעם גוטן בחנם, פרוכט, גרינצייג, טרונקען, פעיפער גודס, נאש, און נאך פילע זאכן לכבוד שבת ויום טוב און א גאנץ יאר. דער חלוקה איז דורך מיט גרויס סוקסעס, ווען פילע אנשי שלומינו האבן זיך אייגעפאקט מכל טוב וטוב, און אזוי ארום האט מען געהאט א געלעגענהייט צו זען אביסל פון דער נאנט מהנעשה והנשמע אינעם בית התבשיל.
 
איינע פון די שטילע אבער קאסטבארע פראיעקטן פונעם בית התבשיל איז די שבת באקסעס פראגראם וואס שטעלט צו א גאנצע שבת ארדער פאר פילע בני תורה און נצרכים, א פראיעקט וואס גייט אן גאנץ יאר אויף א גאר שטארקע פארנעם, ווען יעדע וואך קומט אן א דעליווערי פון די גראסערי אנגעפילט מכל טוב וטוב, גרעיפ דזשוס, פלייש, פיש, גרינצייג, פרוכט און פעיפער גודס צו מחי' זיין די אלע משפחות וואס זענען אנגעוויזן דערויף.
 
נאך א מיטינג מיט'ן ראש ישיבה האט דער בית התבשיל באשלאסן ארויפצוברענגען דעם פראיאקט אויף א פרישע שטאפל. כאטש דער נייער סיסטעם וועט קאסטן סאך מער געלט פאר'ן בית התבשיל, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז עס לוינט זיך. דער סיסטעם וועט ארבעטן אז יעדע איינגעשריבענער וועט באקומען דעם ארדער לויט זיין געברויך.
 
מען וועט קענען באקומען א "גראסערי ליסטע" ביים צדקה גבאי פונעם בית התבשיל הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א, וואס מען וועט דארפן אויספילן יעדער איינער אלע אייטעמס פונעם ליסטע פונקטליך וואס און וויפיל מען דארף, א זאך וואס וועט זיכער צוגעבן זייער אסאך פאר די אלע משפחות, ווען זיי וועלן באקומען יעדע וואך לויט'ן געברויך.
 
אנשי שלומינו האבן גרויסע זכי' צו שטיצן דעם הערליכן מוסד. מען הערט צוריק פונעם נייעם גבאי הר"ר יחזקאל שליט"א אז אנשי שלומינו געדענקען גוט וויאזוי מוהרא"ש פלעגט אלץ אויסרומען דער בית התבשיל וואס ער האט אויפגעשטעלט אין יבנאל, ווי ער פלעגט כסדר זאגן די גרויסקייט פון שטיצן אזא זאך. דער בית התבשיל וואס איז געבויט אויף די זעלבע יסודות, קען אנגיין נאר דורך די שטיצע און חיזוק פון אנשי שלומינו.
 
לשובע ולא לרזון