דיהיידרעישאן
יב תשרי תשפ"ז 📝
שאלה: מיין שאלה איז איבער דיהיידרעישאן. איך האב נעכטן געהאט א זייער שווערע מעשה: איך בין אהיימגעקומען נאך א טאג ארבעט און איך האב זיך זייער נישט גוט געפילט. איך האב נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר מיט מיר, און שפעטער האב איך זיך אויפגעוועקט אין אן אמבולאנס. מיין ווייב האט מיר דערציילט אז איך האב געחלשט.
איך האב זיך געפונען אינעם אמבולאנס מיט א געשטאכענע האנט אויפן וועג צום שפיטאל. זיי האבן מיר געזאגט אז איך בין זייער אויסגעטרוקנט (דיהיידרעיטעד), און דערפאר געבן זיי מיר פליסיגקייט דורך די אדערן. איך האב זיי געזאגט: "איך וועל טרינקען וויפיל וואסער איר ווילט, אבער לאזט מיך אהיימגיין," אבער זיי האבן מיר מסביר געווען אז עס ארבעט נישט אזוי און מען מוז אריינפארן אין שפיטאל זיך איבערצוטשעקן.
אין שפיטאל האט מען מיר געזאגט אז איך האב געהאט גרויסע נסים, ווייל די דיהיידרעישאן איז געווען זייער ערנסט. איך בין דארט געבליבן א גאנצע נאכט ביז מען האט מיר ברוך השם באפרייט.
וואס איך וויל פארשטיין איז: וואס פונקטליך איז דיהיידרעישאן? און וואס איז שוין אזא עסק אויב איך האב געטרונקען אביסל ווייניגער וואסער?
ענטפער: א גרויסן יישר כח פאר דיין שאלה. לאמיר קודם ענטפערן אויף דיין פראגע איבער דעם ווארט "דיהיידרעישאן". אזוי ווי אסאך מעדיצינישע טערמינען, שטאמט דאס ווארט פון גריכיש און לאטייניש. אין גריכיש מיינט דאס ווארט "היידרא" וואסער, און אין לאטייניש, ווען מען לייגט צו דעם פרעפיקס "די" פאר א ווארט, מיינט עס "אָן" אדער "ווייניג". אין פשוט'ן אידיש וואלט מען עס אפגעטייטשט אלס "א מצב פון מאנגל אין וואסער".
עס איז א געוואלדיגער וואונדער פונעם באשעפער צו זען פון וואס א מענטש באשטייט. מען קוקט אן א מענטש און מען מיינט אז ער באשטייט בלויז פון פלייש און ביינער, אבער דער אמת איז אז א גרויסער טייל פונעם מענטש איז וואסער. מער ווי האלב פונעם מענטשליכן קערפער איז וואסער; בשעת פראטעין, פעטס, מינעראלן, קארבאהיידראטן און אלע אנדערע באשטאנדטיילן נעמען אינאיינעם אויף בערך 40 פראצענט פונעם קערפער, באשטייט די איבעריגע בערך 60 פראצענט פון פשוט'ע וואסער.
פונקט ווי א מענטש פארשטייט אז ברוחניות דארף מען כסדר האבן תורה – און אפילו עס קען אויסזען פונדרויסן ווי דער מענטש גייט אן געהעריג, ער האט א שיינע רעקל, א נייע קאר, און ער פארט אויף וואקאציע, אבער אן תורה איז דער מענטש "טרוקן" און ער קען נישט פונקציאנירן. ער דארף עמוירדזשענסי עפענען א גמרא, ווייל אויב נישט, וועלן אלע זיינע ארומיגע דארפן ליידן פון אים א גאנצן טאג מיט טענות ווי "פארוואס קוקסטו?" אדער "טאנץ נישט!".
די זעלבע זאך איז בגשמיות: ווען א מענטש טרינקט נישט גענוג פליסיגקייטן, אפילו אויב ער עסט גענוג און מען זעט עס נישט אן פונדרויסן, קען ער נישט געהעריג אנגיין. בפרט אין א הייסן זומער טאג, ווען מען שוויצט און מען פארלירט אסאך פליסיגקייטן, דארף מען טרינקען פיל מער. און זיסע סאדע אדער דזשוס איז נישט גענוג; דער מענטש דארף וואסער – פשוט'ע, ריינע, געשמאקע וואסער – און דאס וועט אים בעז"ה האלטן געזונט.
אזוי ווי ברוחניות דארף א מענטש האבן תורה - פשוט'ע ריינע תורה - זיך אנצופילן אין די גוטע צייטן מיט אסאך משניות, אזוי אז ווען עס וועט קומען א שווערע צייט און מען וועט שוויצן פון נסיונות, זאל מען קענען אנגיין נאר מיט דעם כח התורה.
די זעלבע זאך איז מיט אמונה. א מלמד האט אמאל געפרעגט דעם ראש ישיבה וויפיל צייט ער זאל אוועקגעבן אין חדר פאר אמונה. ער האט מסביר געווען "מען דארף דאך האבן צייט פארן דאווענען, פארן עסן, פאר חומש, פאר שרייבן און פארן שפילן, איז וויפיל צייט זאל מען ווידמען אויף צו חזר'ן אמונה?" האט דער ראש ישיבה געענטפערט: "גארנישט."
- "גארנישט?!"
- "וויפיל צייט געסטו אוועק אויף צו אטעמען?" האט אים דער ראש ישיבה צוריקגעפרעגט.
- "וואס הייסט? מען דארף נישט ספעציעל אוועקגעבן קיין צייט פאר דעם, יעדע זאך טוט מען דאך בשעת מען אטעמט! מען דאווענט מיט אטעמען, מען עסט און מען אטעמט, און מען שפילט בשעת מען אטעמט."
- "די זעלבע זאך איז מיט אמונה," האט דער ראש ישיבה געזאגט. "יעדע זאך דארף מען טון מיט אמונה. א גאנצן צייט, בשעת מען לערנט, מען עסט אדער מען שפילט, טוט מען אלעס מיט אמונה."
און דערפאר דארף מען שוין יעצט אנהייבן זיך אנצופילן.
ווארט נישט ביז דו ביסט שוין אינגאנצן אויסגעטרוקנט און ערשט דעמאלטס הייבסטו אן זוכן וואסער; דו ווילסט דאך נישט אנקומען אין שפיטאל. ווארט נישט ביז עס קומט א שווערער נסיון און ערשט דעמאלטס הייבסטו אן זוכן אמונה. פאק זיך אן יעדן טאג מיט נאך א ביסל תורה, נאך א ביסל תפילה, און נאך א ביסל אמונה, ווייל פונקט ווי דער גוף קען נישט לעבן אן וואסער, קען א איד נישט לעבן אן אמונה.
אין מים אלא תורה
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.