ווי שוין עטליכע מאל געמאלדן, זענען די פארלאנגען פאר אש"ל אינעם בנין פון היכל הקודש אין אומאן וואס שטייט בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א, אלץ געווען העכער ווי מען האט געקענט נאכקומען, הונדערטער אנשי שלומינו פון איבער די וועלט ווילן קומען דווקא צו דעם פלאץ, ווי מען וועט זיך דרייען מיט אידן וועלכע זוכן צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן בתמימות ובפשיטות, מיט אידן וואס לעבן מיטן אויבערשטן. און טראץ דעם וואס יעדעס יאר האט מען צוגעלייגט נאך בעטן, צימערן, און שטאקן, וואקסט אבער דער פארלאנגן דארט איינצושטיין פילפאכיג מער.
 
די זעלבע זאך און נאך אסאך שטערקער געשעט היי יאר ברוך השם, און כאטש מען האט נארוואס געענדיגט צובויען און פארענדיגן דעם אויבערשטן שטאק, וואס וועט צוגעבן נאך צענדליגע בעטן, זענען אבער אריינגעקומען הנודערטער מער ווענדונגען צו קומען צום בנין פון היכל הקודש, פילע פון די וואס ווילן קומען זענען פרישע מקורבים וואס זענען צוגעקומען און זיי שטייען גרייט מיט דאס געלט, און פרעגן "למה נגרע" וואס קומט זיך זיי צו בלייבן אינדרויסן בלויז צוליב דעם וואס זיי האבן ביז יעצט נישט געוויסט פון די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבין, און זיי האבן נישט קיין חזקות. נאך דערצו אז בשעת זיי שטייען און בעטן זיך אריינצוקומען, שטייען צענדליגע בעטן רעזערווריט פון פילע וואס האבן זיך איינגעשריבן אבער האבן נאך נישט באצאלט און עס וווערט אויפגעהאלטן זייערע בעטן בלויז מיט הבטחות אז מארגן און איבערמארגן וועלן זיי באצאלן.
 
דערפאר האט מען באשלאסן אז היי יאר וועלן גענומען דראסטישע שריט די צוליב איבערפלוס פון רעזערוואציעס צום בנין היכל הקודש אין אומאן, און עס איז באשטימט געווארן אז אלע בעטן מוזן זיין גענצליך אויסגעצאלט ביזן קומענדיגן ראש חודש אב וואס קומט אויס אביסל מער פון צוויי וואכן ארום מיטוואך פרשת דברים הבעל"ט, און פון דאן וועלן אלע בעטן וואס וועלן נישט זיין אינגאצן אויסגעצאלט פארלירן זייער דעפאזיט און זייער רעזערוואציעס, און זייער נאמען וועט אראפ גענומען פון די ליסטע, אזוי וועלן די פילע וואס ווארטן צו באקומען א בעט האבן די געלעגענהייט צו קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, און קענען מיטהאטלן די ימים טובים טעג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, סיי אלע תפלות, און סיי אלע סעודות, אינעם בנין וואס געפונט זיך ווייט אינדרויסן פונעם טומל און פון אלע אנדערע פראבלמען ברוחניות ובגשמיות און וואס די הויפט גאסן ברענגען מיט זיך.
 
אין קורצן: אויב האט איר רעזערווירט א בעט, מאכט זיכער עס צו האבן באצאלט ביז ר"ח אב. כדי איר זאלט נישט פארלירן אייער געלט און רעזערוואציע.