ווער עס קומט אריין און האלט מיט די אפעראציעס אינעם קרן הדפסה, זעט ווי עס טוט זיך דארט כסדר מיט דעליוועריס; אלע דעליווערי פירמעס, סיי די גרויסע נאציאנאלע, און סיי די היימישע פירמעס וואס שיקן לאקאל, טוען אפשטאטן דארט טאג טעגליך א סטאפ, אמאל צו ברענגען פרישע פעלעטס ספרים, פאפיר, אדער נייע מאשינען און אזוי ווייטער, און בעיקר קומען זיי פשוט אפצונעמען באקסעס באשטעלונגען פון ספרים און קונטסים בפרט פון די מפיצים. 
 
דאס איז צוליב דעם וואס די מפיצים פון איבער די גאנצע טריי סטעיט געגענט באלאגערן טאג טעגליך דעם קרן הדפסה מיט גרויסע ארדערס פון ספרים און קונטרסים, נאכדעם וואס דער פריערדיגע ארדער איז שוין אויסגעגאנגען, נאכדעם וואס עס איז צוכאפט געווארן דורך די ערליכע אידן צו וועם זיי גייען ארום דאס פארשפרייטן. ביז יעצט באנוצט זיך די הדפסה מיט קאמערציאלע דעליווערי סערוויסעס, וואס סיי עס קאסט אסאך געלט, און סיי עס איז גורם אז די מפיצים זאלן באקומען די ספרים און קונטרסים שפעט.
 
ביז ווילאנג די הדפסה איז נאך נישט געווען אויף אזא גרויסן פארנעם, האט עס נאך ווי נישט ווי געקענט אגיין אזוי, אבער מיט די צייט האט זיך די הדפסה שוין אזוי פארגרעסערט און פארמערט ברוך השם, אז מען קען נישט ממשיך זיין אזוי, מען האט איינגעזען אז אויב מען האנדעלט זיך איין אַׁן אייגענע דעליווערי ווען וועט מען קענען טון די דעליוועריס אסאך שנעלער, בעסער און ביליגער.
 
דערפאר האט מען באשלאסן אז מען וועט אריינשפרינגען אינעם קאסטבארן געשעפט פון קויפן אן אייגענעם ווען, וואס לויפט היינט אין די געגענט פון פופציג טויזענט דאלער, וואס דאס וועט בסייעתא דשמיא העלפן די מפיצים בכלליות באקומען זייערע ספרים און בפרט איז עס נויטיג צו קענען אפשיקן די וועכענטליכע גליונות אריין אין שטאט גענוג שנעל, ווייל פון ווען די גליונות גייען צום דרוק ביז שבת קודש איז דא זייער א קורצע צייט, און דאס דארף נאך אנקומען צו אלע היימישע שטעט אין די ניו יארקער אומגעגענט.
 
יעצט האט מען די איינמאליגע געלעגענהייט אפצוקויפן דעם זכות פונעם ווען, ווער עס וויל האבן די זכיה קען זיך ווענדן צו מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 718-387-2691 עקסט. 103