אין אן עקסלוסיוו שמועס וואס מיר האבן אפגעהאלטן מיט מו"ה מיכאל קאנדכאראוו, האבן מיר באגעגנט א גאר דראמאטישע סיפור, וואס אנטדעקט אונז וויאזוי דער אויבערשטער פירט א מענטש אויף טריט און שריט, ביז ער האט אים געפירט צו טרעפן די עצות פון הייליגן רבי'ן.
 
ר' מיכאל דערציילט, אז ער איז א תלמיד פון דעם באקאנטן צדיק רבי יורם מיכאל אבארדזשעל זצ"ל. ביי פילע פון זיינע שיעורים פלעגט דער צדיק זייער אסאך מאל דערמאנען עפעס א צדיק מוהרא"ש. ער האט נישט געוואוסט ווער דאס איז, אבער די ווערטער וואס ער האט געהערט פון זיין רבי נאכזאגן פון מוהרא"ש האבן אים גערירט זיין הארץ און האבן אים געמאנט.
 
ר' מיכאל האט אנגעהויבן זוכן מוהרא"ש'ס ספרים. און ווען ער האט ענדליך געטראפן די ספרים און אנגעהויבן זיי צו לערנען, האט ער תיכף געשפירט אז דאס זענען נישט סתם עפעס ספרים. ער זאגט אז ער האט געשפירט ווי מוהרא"ש זי"ע "רעדט דירעקט צו מיר."
 
נאך א שטיק צייט, האט ער געשפירט אז ער וויל האבן מער קשר מיט מוהרא"ש. ער האט אסאך מתפלל געווען, און זיך נאכגעפרעגט צי מוהרא"ש האט געהאט תלמידים וואס וואוינען דא אין ניו יארק. ביז ער האט געטראפן איינעם וואס האט אים געזאגט אז יא – און אים געגעבן דעם נאמען פון ראש ישיבה. אבער דאס איז געווען נאר דער אנהייב. דער סמ"ך מ"ם האט עס נישט געגליכן, און עס האט גענומען גאר אסאך צייט, און איבערקומען פילע מניעות אנצוקניפן א קשר מיט'ן ראש ישיבה.
 
אבער דער אויבערשטער האט געהאלפן נאך אסאך תפילות, האט ר' מיכאל ווידער געמאכט א רייזע קיין וויליאמסבורג, וואו ער איז אנגעקומען אין ישיבה. ער האט געטראפן דעם ראש ישיבה זיצן און לערנען. און פון דא האט זיך עס אנגעהויבן. ר' מיכאל איז צוגעגאנגען צום ראש ישיבה, געגעבן שלום, און געבעטן דעם ראש ישיבה זאל קומען צו זייער קהילה אין קווינס ניו יארק צו די בוכארישע אידישע קהילה, מיטן ציל צו מחזק זיין די אידן און צו מפיץ זיין די זיסע עצות פון רבי'ן. דער ראש ישיבה איז געווען איבערראשט פון די בקשה. ער האט זיך געווּנדערט צי עס איז דא בכלל א פארלאנג פאר אזעלכע דרשות.
 
אבער ר' מיכאל האט קלאר געשטעלט: "מיר זענען א גרויסע חבורה פון אידן, בחורים, בעלי בתים און אינגעלייט וואס זענען זיך כסדר מחזק מיט די ווערטער און ספרים פון רבי'ן, מוהרא"ש און דעם ראש ישיבה. און דאס איז זיכער א הכנה צו די גאולה, ווי דער רבי האט געזאגט, אז איידער משיח קומט, מוזן די תורות אריינקומען אין דער וועלט."
 
ר' מיכאל האט ווייטער געזאגט: "איך האב עס געזען אין מיין אייגן לעבן, די ספרים האבן מיך ארויסגעשלעפט פון מיין פערזענליכן גיהנום. איך בין געווארן א נייער מענטש. איך פרוביר צו לערנען און פאלגן דעם רבינ'ס עצות."
 
דער ראש ישיבה האט אים דאן געגעבן זיין צושטימונג, און אים געזאגט אז ער וועט מיט'ן אויבערשטענס הילף אנהייבן געבן שיעורים אין קווינס אויף ענגליש.
 
און אזוי איז ב"ה געשען. זונטאג ביינאכט, פרשת שמות, איז דער ראש ישיבה אנגעקומען און געגעבן זיין ערשטן שיעור. דער ראש ישיבה איז געווען גענצליך איבערראשט פון וואס ער האט דארט געזען. א פול געפאקטער בית המדרש – פון אידן וואס זוכן צו הערן די עצות פונעם רבי'ן. נאך מער אינטערעסאנט איז געווען ווי בוכארישע אידן, וועלכע פארשטייען קוים א ווארט אידיש, האבן געזינגען די הארציגע ניגונים פונעם ראש ישיבה – אין אידיש.
 
דער ראש ישיבה האט גערעדט גאר שיינע התחזקות שטייענדיג אין די ערשטע טאג פון שובבי"ם, אויך האט דער ראש ישיבה געגעבן די געלעגענהייט פאר'ן ציבור צו פרעגן זייערע שאלות.
 
די דרשה האט איבערגעלאזט א גאר גרויסן רושם אויפן ציבור. דער ראש ישיבה האט אויסגעדריקט זיין האפענונג צו ווייטער קומען אויף א רעגולערן פארנעם – לכל הפחות איינמאל א חודש, און אפשר אפילו יעדע וואך.
 
עס איז וואונדערליך צו זען אז טראץ דעם וואס דעם ראש ישיבה'ס שפראך איז אידיש, און דער ראש ישיבה רעדט א שוואכע ענגליש, פארשטייט אבער יעדער די הארץ שפראך. און די דברים היוצאים מן הלב זענען אנגעקומען זייער ווייט. און דער ציבור אין קווינס בעט אז דער ראש ישיבה זאל ווידער קומען.

 
🎦 צו הערן דעם שיעור