דער אויוון אין די נייע מוהדר'דיגע מצה בעקעריי אין קרית ברסלב ווערט שוין געבויעט
כט טבת תשפ"ב 📝
נאכדעם וואס די בוי ארבעט אין די נייע מצה בעקעריי רוקט זיך גאר שטארק אין די לעצטערע וואכן, איז היינט אנגעקומען די פרייליכע נייעס, אז מען האלט שוין ב"ה דא אז מען שוין אנגעהויבן די פאקטישע ארבעט פון בויען דעם מהודרדיגן ציגלנעם אויוון וואס מען וועט נוצן בעז"ה צו באקן די מצות אויפן הייליגן יום טוב פסח.
ביז יעצט האט מען שוין געמאכט גאר אסאך פארשריט, מען האט שוין ארויסגעבויעט די צימערן, מען האט שוין געענדיגט פרעימען די אלע צוגעבויטע חלקים פונעם בנין, פילע פון די טירן זענען שוין אינסטאלירט געווארן, און ביי די איבעריגע טירן איז מען שוין גרייט צום אינסטולאציע.
יעצט ווען מיר שרייבן די שורות זענען שוין אנגעקומען כמעט אלע בוי-מאטריאל וואס מען דארף נאך צו קענען ענדיגן די ארבעט. עס איז שוין אנגעקומען סיי די האלץ מיט וואס מען וועט בויען די ספעציעלע טישן פארן בעקעריי (עס ווערט געפלאנט בעז"ה פיר וועלגער טישן, און איין רעדלער טיש). אויך איז שוין אנגעקומען די פלייוואוד, שיטראק, סעמענט באורדס, פאר די ווענט, די טירן, האלץ, און אזוי אויך די ספעציעלע זאמד און ציגל פאר די אויוון זעלבסט.
די בוי ארבעט ביים בעקעריי האלט שוין ברוך השם גאר ווייט. און מען האפט וואס שנעלער צו קענען באריכטן דא, אז דער גרויסער פראיעקט איז פארטיג, און דער גאר מהודר'דיגן מצה בעקערי, איז שוין אריין אין דינסט.
דער מצה בעקעריי וועט זיין אונטער די השגחה און אויפזיכט פון הגאון דיין דקרית ברסלב שליט"א, וואס וועט זיכער מאכן בעז"ה אז אלע הוראות און אנווייזונגען פונעם ראש ישיבה שליט"א ווערט אויסגעפאלגט און אפגעהיטן, און וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף דינען דעם ציבור אנשי שלומינו, וואס וועלן זיך פרייען מיט די הייליגע מצה מיכלא דמהימנותא.
אנשי שלומינו פלעגן כסדר הערן פון מוהרא"ש נאכזאגן דעם באקאנטן אר"י הקדוש, אז "אויב מען איז נזהר אין א משהו חמץ, וועט מען זיין אפגעהיטן פון עבירות א גאנץ יאר", פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז דאס איז ווילאנג א מענטש שפירט זיך נאך פרייליך מיט דעם אז "איך האב נישט געגעסן קיין חמץ אום פסח", איז דאס א זיכערע סגולה אז ער וועט נישט חלילה אריינפאלן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, וואס זוכט נאר אונז אריינצואווארפן אין מרה שחורה און אזוי ארום אונז חלילה אראפווארפן אין אלעם שלעכטס.
בזכות וואס מיר זענען עוסק מצוה פון מצה, וואס דער זוהר הקדוש רופט אָן "א מאכל פון אמונה", וועט דער אייבישטער משפיע זיין פאר אונז א קלארע "אמונה".
"ווען מ'האלט די מצה אין דער האנט, האלט מען גאט אין דער האנט" (לשון רבינו)
📜 בריוו פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון מצה
🛒 אן אייגענארטיגע "קאלעקשאן" פון אייטעמס לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט
📚 ספרים אויף שובבי"ם כמעט אלעס פאר $1.49