דער "אידישער" שטאט "ביראבידזשאן" אין רוסלאנד
כה אדר א' תשפ"ד 📝
לאמיר זיך אינאיינעם ארויסלאזן אויף א לאנג נסיעה פון מאסקווע וואס וועט נעמען כמעט צוויי וואכן מיט א קאר, און "בלויז" פינף טעג מיטן באן, מיר פארן ווייט אוועק צו די אנדערע זייט רוסלאנד, נענטער צו כינע און דער פאציפישער אקעאן, מיר פארן דורך הונדערטע דערפער און געציילטע גרעסערע שטעט, נישט ווייט פון אונזער וועג פארן מיר דורך קאזאכסטאן, מיר פארן פארביי נעבן מאנגאליע, מיר קומען שוין אן נעבן כינע, נישט אזוי ווייט פון קאריע און יאפאן, דארט פארן מיר אריין אין אן "אבלעסט" (עפעס ווי א סטיעט אדער קאונטי אין אמעריקע) מיטן נאמען "יעוורעסקע אַווטאַנאָמנאַיאַ אָבלאַסט" אויף אידיש טייטשט זיך עס "אידישע אטאנאמישע טעריטאריע", מיר פארן צו איר "הויפט שטאט" וואס הייסט "ביראביזשאן" דורך די הויפט גאס מיטן נאמען "שלום עליכם", מיר באגעגענען דורך א גרויסע סיין מיט די ווערעטער "ביראבידזשאן" אויף אידיש און רוסיש. מיינע אויגן עפענען זיך גרויס "אידישע טעריטאריע", "אידישע ווערטער", אינעם ווייטן רוסלאנד?
אין די יארן ווער דער קאמוניסטישער רעזשים האט געהערשט אין רוסלאנד, האבן די רוסן געוואלט שיסן צוויי פויגל, איינס צוזאם נעמען די אידן, זיי איינרעדן אז רוסלאנד און קאמוניזם קען זיי צושטעלן אן אייגן לאנד, און איינוועגס האבן די רוסן געקענט באשטיין אז די אידן זאלן אויפבויען די פוסטע וועלדער אויף די אנדערע זייט רוסלאנד, אויסטרוקענען די פילע זומפן אויף איינזייען פעלדער. זיי האבן פארדעם א נאמען געגעבן דעם געגענט מיטן שיין קלינגענדיגן נאמען "אידישע טעריטאריע" און באשטימד "רוסיש" און "אידיש" אלץ די צוויי אפיציעלע שפראכן פונעם געגענט. איין זאך האבן זיי נישט געוויסט, אז א איד אן תורה איז קיין איד נישט. מען קען האבן א לאנד, א שפראך, א קולטור, אויב האט מען נישט קיין תורה בלייבט נעבעך גארנישט איבער דערפון.
אידישע קינדער זענען נישט קיין פאלק ווי אלע פעלקער, מיר זענען די פאלק פונעם אויבערשטן, דער פאלק פון די תורה, מיר האבן זיך געהאלטן אין גלות די לעצטע צוויי טויזענט יאר אן קיין פאראייניגטע שפראך, אן קיין אייגענע לאנד, אן קיין קולטור, נאר די אמונה און די תורה דאס וועט אונז ווייטער טראגן מיר זאלן קענען איבערקומען אויך די היינטיגע נסיונות, מיר זאלן קענען קעגן גיין משיח צדקינו.