שאלה:
 
וואלט איר אפשר געקענט מאכן אן ארטיקל מסביר צו זיין אסאך זאכן וואס מען שרייבט? למשל: פארוואס שרייבט מען "לפרט קטן"? וואס מיינט שליט"א, שיחי', הי"ו, יצ"ו אדער עמו"ס? איך בין נישט זיכער צי איך האב גוט געשריבן די אלע ר"ת, אבער אויב איר קענט, ביטע מסביר זיין די אלע זאכן. יישר כח.
 
ז. גרינבוים
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
א גרויסן יישר כח פאר אונזער טייערן לייענער, מו"ה ז. גרינבוים שיחי'. איר פרעגט א גוטע שאלה.
 
די אלע ווערטער און ראשי תיבות באגעגענען מיר כמעט יעדן טאג; אין די ספרים הקדושים אדער אין ערליכע אידישע אויסגאבעס טרעפן מיר זיך כסדר אן מיט די אלע ווערטער אדער אותיות. אסאך מענטשן זענען שוין אזוי צוגעוואוינט צו זיי, אז מען באמערקט עס שוין אפילו נישט, און אפילו ווען מען שרייבט עס, טוט מען עס נאר ווייל "אזוי שרייבט מען". איך האב הנאה אז דו שטעלסט זיך אפ און דו טראכסט: "וואס שרייב איך דא?"
 
לאמיר דורכגיין די אלע ראשי תיבות וואס דו האסט צוגעברענגט, און מיר וועלן ערקלערן מיט'ן אויבערשטנס הילף יעדע איינס באזונדער.
 
לפרט קטן: ווען מען שרייבט א יאר, וועט מען אפטמאל שרייבן דערנאך "לפ"ק". "לפרט קטן" מיינט אויף אידיש "לויטן קליינעם חשבון". וואס איז דער "קליינער חשבון"? און אויב עס איז דא א קליינער חשבון, וואס איז דער "גרויסער חשבון"? לאמיר זען די אותיות פון דעם יאר תשפ"ו, וויפיל באטרעפט עס? 786. זענען מיר דען היינט אין יאר 786? ניין. היינט שטייען מיר אין יאר 5786.
 
אבער וויבאלד דער לעצטער אות פונעם אלף-בית "ת" באטרעפט בלויז 400, איז נישט פראקטיש צו שרייבן צען מאל "ת" נאכאנאנד כדי אנצוקומען צום גרויסן ציפער פון 5786; דעריבער שרייבט מען ה"א תשפ"ו (ה"א באדייט ה' אלפים – 5 טויזנט), אדער נאך קורצער: ה'תשפ"ו. אבער אפילו אויב מען שרייבט בלויז "תשפ"ו" איז עס אויך גוט, ווייל דער ליינער וועט זיכער פארשטיין אז מען רעדט פונעם יעצטיגן אלף החמישי און נישט פון טויזנט יאר צוריק. אויב מען וויל זיין פונקטליך, שרייבט מען צו "לפ"ק" – לפרט קטן – ארויסצוברענגען אז מען רעכנט נישט אריין די "גרויסע" נומערן, דהיינו די טויזנטערס.
 
שליט"א: דאס זענען ראשי תיבות פון שיחיה לימים טובים ארוכים. עס איז איינגעפירט צו שרייבן שליט"א נאכן נאמען פון א רב, א רבי, א ראש ישיבה, וכדומה. מען וואונטשט אים דערמיט א ברכה ער זאל לעבן לאנגע און געזונטע יארן.
 
שיחי' / שתחי': דאס איז אויך א ברכה און א תפילה צום אויבערשטן, אז דער מענטש פון וועמען מען רעדט זאל לעבן געזונטערהייט.
 
הי"ו: השם ישמרהו ויחייהו. דאס איז א ביסל א ווארעמערע ברכה אז דער אייבערשטער זאל היטן דעם מענטש און אים שענקען לעבן.
 
יצ"ו: יבנה ציון ועריה. דאס שרייבט מען נאך א שטאט; אז מיר בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל שוין אויפבויען ירושלים עיה"ק.
 
עמו"ש: ראשי תיבות עד מאה ועשרים שנה. דאס איז א וואונטש אז דער אויבערשטער זאל אים שענקען הונדערט און צוואנציג געזונטע יארן.
 
די גמרא אין מסכת ראש השנה (י"ח ע"ב) ברענגט, אז ווען די יוונים האבן גוזר געווען "שלא להזכיר שם שמים על פיהם", אז אידן זאלן חלילה מער נישט דערמאנען דעם אויבערשטנ'ס נאמען – זיי האבן געוואלט מיר זאלן חלילה פארגעסן פונעם באשעפער ר"ל. ווען דער אויבערשטער האט געהאלפן און די חשמונאים האבן געווינען די מלחמה, האבן זיי איינגעפירט אז מען זאל שטענדיג דערמאנען דעם אויבערשטן; אפילו ווען מען שרייבט א געלט-שטר, זאל מען נישט שרייבן בלויז דעם דאטום, נאר מען זאל אויך דערמאנען דעם אויבערשטן. מען פלעגט שרייבן: "אין דעם און דעם יאר צו יוחנן כהן גדול פארן אויבערשטן". אבער וויבאלד מען האט איינגעפירט ארויסצושרייבן דעם שם השם ממש, זענען חז"ל נישט געווען צופרידן דערפון, ווייל נאכדעם וואס דער חוב ווערט באצאלט, וועט מען ח"ו אוועקווארפן דעם שטר מיט'ן אויבערשטנ'ס נאמען אין מיסט.
 
אבער דער עצם געדאנק, צו דערמאנען דעם אויבערשטן ביי יעדע געלעגנהייט, איז געבליבן. דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע האט געוואלט דערמאנען אידן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט; פלעגט ער ארומגיין אין די דערפער און רעדן מיט די פשוט'ע דארפסלייט. ער פלעגט זיי פרעגן: "וואס מאכט איר?", "וואס מאכן די קינדער?", "וואס מאכט דיין קו?". צי האט דען דעם בעל שם טוב אינטערעסירט וואס די קו טוט? ער האט פשוט געזוכט צו פרעגן שאלות, ביז דער דארפסמאן האט געענטפערט "ברוך השם" אדער "ישר כח אויבערשטער"; ער האט געוואלט צוגעוואוינען אידישע קינדער שטענדיג צו דאנקען דעם אויבערשטן.
 
אזוי אויך איז איינגעפירט ביי אידישע קינדער אנהויבן יעדן בריוו מיט בס"ד (בסייעתא דשמיא - מיט'ן אויבערשטנס הילף) אדער ב"ה (ברוך השם), מען זאל געדענקען אז פאר אלעס דארף מען די הילף פונעם אויבערשטן און מען דארף אים דאנקען.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.