דער באדייט פונעם עלעפאנט און דער אייזל פאר די פארטייען
ז אלול תשפ"ד 📝
שאלה: ווען עס איז פארגעקומען די דעבאטע צווישן טראמפ און ביידען האט איר געלייגט א בילד פון אן עלעפאנט און אן אייזל ביי א פאדיום, אין מיינע אויגן קוקט דאס אויס ווי איר ווילט אראפ שטעלן ווי די קאנדידאטן זענען בהמות, איך מיין אז מען דארף שרייבן מער רעספעקטפול ווען מען רעדט איבער זיי. בפרט ווען טראמפ האט אזויפיל געהאלפן אידישע קינדער.
ענטפער: זייער גוט אז איר פרעגט. די סיבה פארוואס מיר לייגן א בילד פון די צוויי חיות ווען מען רעדט איבער די וואלן איז צווייפאכיג, איינס דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפ געשטעלט א פאליסי אז מען זאל נישט לייגן קיין בילדער פון קיין גוים אונזערע אויסגאבעס, דערפאר האבן מיר געטראכט אז מיר וועלן לייגן עפעס אנדערש. פארוואס די צוויי חיות? ווייל דאס איז דער סימבאל פון די צוויי פארטייען. שוין איבער הונדערט יאר ווערט דער "אייזל" געזען ווי דער סימבאל פאר די דעמאקרטישע פארטיי, און דער "עלעפאנט" ווי דער סיבמאל פאר די רעפאבליקאנער פארטיי.
דער אייזל סימבאל האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס א רעפאבליקאנער קאנדידאט דעמאלטס האט גערופן דעם דעמאקראט אן "אייזל", ווי צו זאגן אז זיי זענען נאריש, אבער די דעמאקראטן האבן אנשטאט דאס אפווארפן עס גענומען אלץ זייער סימבאל, און פון דאן פלעגט מען מאלן די דעמאקראטן אין די קארטונס אלץ אן אייזל, און שפעטער האט איינער געמאלן א קארטון ווי אן אייזל פארשטעלט ווי א לייב פארטרייבט און דערשרעקט אלע חיות פון וואלד אריינגערעכענט אן עלעפאנט, און זינט דאן איז דאס געווארן אנגענומען אלץ זייער סימבאל.
כאטש מיר פרובירן צו דעקן ביידע צדדים און נישט נעמען קיין שטעלונג, וועלן מיר אבער דאס מאל קלאר שטעלן אז ביי אונז אין די רעדאקציע איז מען בכלל נישט אומפארטייאיש, מיר זענען קלאר איינזייטיג און מיר שטיצן דעם קאנדידאט וואס האט די ריכטיגע פאליסיס וואס איז וויכטיג פאר אונז. עס איז קלאר אז מיר דארפן א פירער מיט עקספיריענס און איינער וואס פארשטייט וויאזוי אמעריקע דארף זיך פירן סיי אינערליך און סיי אויסערליך, עס איז אן ערנסטע צייט היינט, עס קומען פאר שווערע מלחמות איבער די וועלט, מען מאכט קריטישע לעבנסוויכטיגע באשלוסן וואס וועט האבן ווייטגרייכענדע אויסווירקונגען אויף מיליאנען מענטשן. עס קומט פאר א בלוטיגע שלאכט אין אוקריינא, און אזוי אויך דער מיטל מזרח קאכט ווי א קעסל.
מיר וועלן יעצט איינמאל אינדארסירן א קאנדידאט און מיר בעטן אלע, אז וויבאלד דאס מאל זענען די וואלן גאר וויכטיג, און אפילו מיר וואוינען אין ניו יארק וואס ווערט ערווארטעט צו גיין גרינג פאר די דעמאקראטן, דארפן מיר אבער ארויסגיין און וועלן צו מאכן א סטעיטמענט וועם מיר שטיצן.
אויב מיר אלע וועלן אויסוועלן אלץ אונזער פירער דעם הייליגן באשעפער, וואס ער קען אונז העלפן, און ער וויל אונז העלפן וועלן מיר האבן א זיסע לעבן, דער אויבערשטער שטייט און ווארט מיר זאלן אים בעטן און ארויסקוקן צו אים, ווייל ער האט אונז ליב און ער ווארט צו הערן פון אונז.
מיר דארפן "אלעס" בעטן דעם אויבערשטן, סיי וואס עס דרוקט אונז נאר, אויב מיר שפירן אז טראמפ מוז געווינען, ווייל אז נישט וועט... בעט עס פונעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער וועט צופירן אז דער קאנדידאט וואס איז די בעסטע טובה פאר אונז וועט געווינען ווייל לב מלכים ושרים ביד השם.
איר קענט פרעגן א שאלה דורך שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.